בית פורומים היימישע קרעטשמע

קורצע באריכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2005 19:06 לינק ישיר 
קורצע באריכט

קודם א נארישע פאום וואס איך האב זיך פארגעשריבן אין קאנטרי דעם פארגאנגענעם ערב שבת:

א ווייס שטיקל פאפיר
א פעדער נעבן איר
אויבנאויף איז אלעס גרייט
אבער דער מח; ער שטייט

דער הימל הערליך בלוי
די וועטער ווי געוואונטשן גענוי
גרינע גראז אויפן גאנצן ארום
נישטא קיין ווערטער; כאילו שטום

אויף אלע זייטן קינדער שפילן
עס ערוואכן זיך נאסטאלאגיע געפילן
א רואיגקייט הערשט איבער אלעס
אויפן טיש שטייען שוין די חלות

פיר ווערטער פאסיג אויף דעם
מה רבו מעשיך השם!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2005 22:59 לינק ישיר 

א מחשבה וואס איז מיר אדורכגעלאפן אין געדאנק היינט פארטאגס בעת איך בין ארויפגעפארן מיט אן עלעוועיטאר ארומגענומען מיט אכט(!) דאקטוירים אין ווייסע כאלאטן.

רבי נחמן פון ברעסלוב האט געזאגט: דער מלאך המות האט זיך אפגערעדט פאר השי"ת אז ער האט צי א שווערע ארבעט... ער ברויך הרג'ענען אזויפיל מענטשן אז ער קען נישט נאכקומען דעם פארלאנג...

האט אים השי"ת געענטפערט: איך וועל דיר געבן אסאך שלוחים, צוהעלפער. און דאס זענען די דאקטוירים...

יא יא, זיי זענען גוט ווילאנג מען ברויך נישט צוקומען צו זיי.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2005 22:49 לינק ישיר 

זיצנדיג היינט אין שפיטאל דריי שעה, האב איך זיך צוגעשארט צו א ליידיגן ווארטזאל און אביסל "געבליקט" אויף די נייעס...

איך מוז אייך זאגען אז אזאנס האב איך שוין לאנג נישט געזען, זיי האבן נישט אויפגעהערט צו ווייזן דראמאטישע בילדער פון די שוידערליכע קאטאסטראפע וואס האט באטראפן די מענטשן פון לואיזיאנע און מיסיסיפי!

מענטשן זענען געבליבן געשטראנדעט אין זייערע הייזער, מען האט געמוזט אויפהאקן דעכער זיי ארויסצונעמען מיט העליקאפטערס. מענטשן שלאפן אויף הייוועיס, שחורים באראבעווען געשעפטן (פאר אפאר מינוט האב איך געקלערט אז דאס קומט גאר פאר אין אפריקע, אזויפיל שחורים דרייען זיך אין יענע געגנטער), און נאר ווען דער פאליציאנט שטעלט אן זיין לאנגן רעוואלווער אויף זייער געזיכט, הערשט דאן ווארפן זיי אראפ די גע'גנב'עטע סחורה אויף דער ערד.

אפעס א "לעווי" (איך ווייס נישט וואס דאס מיינט) האט זיך צובראכן דארט, און וואסער הערט נישט אויף אריינצופליסן קיין ניו ארליענס, אזא באלאגאן און כאאס האב איך שוין לאנג נישט געזען.

פערצופאל אין איראק איז אויך געווען הויך יו"ט (ווי שוין געמאלדן אויף קול מבשר... אויך מיר א חרדי'שע אינפארמאציע צענטער... היינט האט ער נאר געהאט אלגעמיינע נייעס), ווען זיבן הונדערט מענטשן זענען צוטרעטן געווארן אויף טויט ווען עס איז ענטשטאנען א פאניק ביי איינע פון די רעליגיעזע צערעמאניעס אריבערשפרייזענדיג א בריק, ווען איינער האט געשריגן אז עס איז דא א זעלבסטמערדער צווישן עולם. (גראדע אין די אראבישע וועלט איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, יעדע יאר ביי די "ירידה" קיין "מעקא" ווערן הונדערטער און אפשר טויזנטער אראבער צוטרעטן אויף טויט, אדער צומאלן דורך די שטיינער וואס מען ווארפט "טראדיציאנעל" אויף א געוויסע פלאץ, ביי זיי זאל עס בלייבן).

ווער עס קען זאל ארויפלייגן דא לינק'ס צו פלעצער וואו מען קען אביסל זעהן די גרויסע קאטאסטראפע וואס איז פארגעקומען אין די דרום שטאטן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2005 19:33 לינק ישיר 

יישר כח נאטורליך. קוק נאך אין אשכול "פאום'ס" נאך עטליכע פאום'ס פון טייל פון אונזערע שרייבער.

לייג ארויף אלע דיינע סחורה, קיין חילוק וועלכע שפראך.

==

המשך:

אנקומענדיג אין דעם באשטימטן שפיטאל וואו איך האב געברויכט וויילן אט די דריי שעה, האב איך באמערקט א היימישן אינגערמאן דרימלען אין די ווארט-זאל, ער איז דארט געווען א גאנצע נאכט!!!

פרעג איך אים אויב ער איז משפחה מיט דעם פאציענט פאר וועמען ער זיצט דארט, זאגט ער מיר: יא, א צווייטע קאזין!

מי כעמך ישראל!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2005 19:29 לינק ישיר 

ישר כח קרעמער. איך האב נישט געוויסט אז די ביזט אויך א פאועט, ווי שטענדיג זענען דיינע שורות מלא טעם און חן. איך האב עטליכע אבער נישט אויף מאמע לשון, וואלט דא איינער געלייענט ענגליש?

איך מיז מיט דיר צישטומען איבער חברים, נישט לאנג צוריק איז מקויים געווארען ביי מיר דער תצא רוחו ישוב לאדמתו אויף א רעדעל, איך שטיי אליין געשטראנדעט ערגעץ אין שחורים לאנד, 10 מינוט נאכ'ן רופען חברים זענען זיי שוין געווען אינטער מיין קאר און פאראכטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2005 19:15 לינק ישיר 

מפרסמין עושי מצוה - עולם חסד יבנה


זאל דא ארויסגעברענגט ווערן לשבח די וואלונטירן פון אלע סארט חסד ארגעניזאציעס וואס ווערן באנוצט דורך פילע הונדערטער און טויזנטער אידן יעדן טאג איבער די גארע וועלט.

היינט פארטאגס אום זעקס אזייגער האב איך זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פונעם וויליאמסבורג בריק, צוליב א סיבה האב איך געברויכט זיין אין מאנהעטן פון זעקס פארטאגס ביז ניין אזייגער, אבער דער דרייווער וואס האט מיר געזאלט אפטראגן האט פארלענגערט זיין אוידיענץ מיטן שר החלומות, האב איך נישט געקלערט לאנג נאר מיט די קאפי אין די האנט געכאפט א שפאציר קיין דיוויזשאן.

ביז פינעף מינוט האט זיך אפגעשטעלט א קאר מיט א היימישן חסיד'ישען דרייווער, און אן פרעגן קיין שאלות האט ער מיר אריינגענומען, איך האב אים געפרעגט אויב ער פארט דורך מאנהעטן, ער האט געגעבן א האלבן קלער, און אן קיין קווענקל געענטפערט: יא!

ער האט מיר אראפגע'דראפ'ט ביים באשטימטן געסל, און איך האב אים באדאנקט פונעם טיפעניש פון הארצן. אבער שפירנדיג אז איך האב נישט יוצא געווען מיין חוב, קום איך דא נאכאמאל אויסדרוקן א לויב פאר די אלע אידן וואס געבן היטשעס, אדער זענען מקיים אנדערע חסדים מיט אידישע קינדער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קורצע באריכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext