בית פורומים היימישע קרעטשמע

...........איך זיך דיך!!!!!!!!!.........

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2005 00:28 לינק ישיר 
...........איך זיך דיך!!!!!!!!!.........

'כל ישראל ערבים זה לזה', אזוי זאגן אונז די הייליגע חז"ל, און ווען חז"ל זאגן דעם לשון 'כל' מיינען זיי טאקע דאס צו זאגן, פשוט כפשוטו אז לאמיר זאגן די 'נפחא' צב"ש וואס דו ביזט א סאטמארער און ביזט ארויסגעפארן צום סאמארער רבי ז"ל'ס ציון נעכטן, ביזטו אבער אן ערב פאר 'גאנזאלעז' וואס איז אן אנטי-סאטמארער מיט אלע מפרשים זינט ער האט זיך מיט אזא העפטיגקייט אנגענומען פאר די אראנדזשע מתנחלים מיט די טלית ותפילין.

פארשטייט זיך אבער אליינס, אז 'נפחא' איז אביסל מער ערב פאר למשל 'קרעמער' וועלכער איז אויך א סאטמארער, פארוואס? פשוט ווייל קיינער קען דאך נישט קעיר נעמען פון די גאנצע וועלט, אבער אז איר באלאנגט צו איין קהילה דאן האט איר אביסל מער ערבות איינער צום צווייטן.

אבער, לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, אויב צוויי מענטשן וואוינען אין איין שטאט און זיי באלאנגען צו איין קהילה, דאן איז שוין דא נאך א גרעסערע ערבות איינער צום צווייטן, און דא וועל איך טאקע ווידער נוצן דעם ביישפיל פון 'נפחא וקרעמער', וואס זיי ביידע זענען סאטמארע, ביידע וואוינען זיי אין איין שטאט, האט טאקע 'נפחא' א גרעסערן ערבות צו 'קרעמער', און לשבח קען מען טאקע דורש זיין נפחא'ן אז ער האט טאקע ארויסגעוויזן ערבות צו קרעמער'ן און אים ארויסגעטראגן נעכטן צום ציון שלא על מנת לקבל פרס.

און, לאמיר גיין 'נאך' א שטאפל ארויפצו, אויב צוויי מענטשן דרייען זיך אין איין שול, טרעפן זיך טעגליך, זענען אטאמאטיש גוטע פריינד, דאן איז דער ערבות פיל פיל גרעסער, יא? פארשטייט איר אליינס.

כלפי מה דברים אמורים? צו וואס בלאבלע איך שוין דא אזוי לאנג מיט די 'נפחא'ישע משלים? הערטס אייך איין, מיר לעבן דא אין איין קהילה 'היימישע שטותים', מיר טרעפן זיך כמעט טעגליך, יעצט אויב זעט איר אז איינער פון די חברי הקהילה פעלט, דאן ברויכט איר שפירן אן ערבות, דהיינו 'ווי איז מיין חבר אהינגעקומען'???????!!!!!!......

דעריבער, פאר דעם צוועק האט קהל באשלאסן צו עפענען דעם 'איך זיך דיך' אפטיילונג, וואו אויב איר באמערקט אז עמיצער איז לעצטנס פארשוואונדן געווארן, וועט מען קענען דא אריינקומען און אויסשרייען מיט א הארציגן קול האלב וויינענדיג: 'וואו ביזטו איך זיך דיך'!!!!!!!!.........

נו, איז דאך יתכן אז דער ראש הקהל זאל זיין דער ערשטער שרייער, נאכדערצו אז איך האב דאכט זיך דער העכסטער קול דא, וועל איך טאקע זיין דער ערשטער.

לאמיך טיף אריינאטעמען..... הההההההה..... אקעי.....

'בן-הרחמן'!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!.........

'דיין רעב זסאארעעכח'!!!!!!!!!!!!!!...... וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........

'גישמאקער'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........

'נעימלעסס'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........

'יונגאטש ב"פ'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........

'ענק אלע וואס איך געדענק נישט ענקערע נעמען אף דע טאפ אוו מיי העד'!!!!!!!!!!!!!!........ וואו ביזטו מיר פארשוואונדן געווארן???!!!!!!!!....... איך זיך דיך!!!!!........




תוקן על ידי - יענטאאש - 02/09/2005 0:30:33



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 00:08 לינק ישיר 

שאלעמאלייכעמ אונזער כאשעווער ראשאקאל;
בארכאשעם אבי מ'זעט זעך.

נא, וויאזוי איז געווען די וויקעישאן? כאף א'ס'געווען אויפן בעסטן וואס נאר שאייעך.

נאר איין זאך, קען זיין אז וועגן דעם האסטע אזוי שטארק געשריגן און געזוכט דעם אוילעם בעת זיי זענען געווען אויף וויקאציע, ווייל דו ביסט געווען עטוואס אנגעשטרענגט פון דיין שווערע ארבעט, איז דיר פשוט נישט איינגעפאלן דעם מורא'דיגן געדאנק אז דער עולם איז אויף וויקעישאן, אצינד ווען איר זענט שוין דא צוריק אויסגעריהטער הייט און איר האלט שוין אויך נאך א גוט שטיקל וויקעישאן פארשטייט איר שוין וואו מיר זענען געווען.

לכל זמן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 15:22 לינק ישיר 

שלום חבר!

כ'האף האסט זיך אנגעש(ל)עפט פרישע כוחות פארן לאנגן ווינטער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 08:56 לינק ישיר 

וואס איז??!!!!?.... וואס איז??!!!!?....

איך בין נאר געגאנגען וואקאציע'נען אביסל, דאס טאר איך אויך נישט?!....

עניוועי לאמיך גיין אויספאקן די פעקלעך אז נישט וועט די יענטאאש'טע באלד טיילן קלעפ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/9/2005 05:28 לינק ישיר 

טייערע ראשאקאל ר' יענטאאאאאאאאאאאאאאש:

מיר זיכן אייך. וואו זענט איר פארשוואונדן געווארן???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2005 22:54 לינק ישיר 

יא. איך האב אים געזען לעצטנס. ער האט אויסגעזען פארנומען... אנדערש ווי נאט-טו-ביזי...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/9/2005 22:53 לינק ישיר 

האט איינער געזעהן יענטאאש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2005 00:55 לינק ישיר 

וויט אלל דיו רעספעקט צו דיר בענקל, וויל איך דיך בעטן, פונקט ווי דו פארשטייסט אז יעדער ברויך חיזוק, פארשטיי אויך אז 'היימישע שטותים' אליינס ברויך אויך חיזוק, און דאס באקומט זי נאר ווען מער מענטשן שטרענגען זיך אן צו שרייבן. אמת טאקע אז נישט יעדער קען 'אזוי גוט', אבער פארט קען יעדער 'עפעס', און יעדע 'עפעס' מאכט אויס אסאך מער ווי 'עפעס'.

ותשמש זאת במקום הזמנה פרטית לכל הקהל הקודש.

בברכת שבתא טבא, יענטאאש - ראש הקהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2005 00:18 לינק ישיר 

א גריס פון בענקל34 (כ'ווייס נישט פארוואס ער שרייבט נישט אין פורום, אבער אין אישית האט ער מיר דאס געשריבן):
א גיטן ערב שבת הרב קרעמער
איך האב מיך שוין ענדליך פארשאפט יודישע סטיקערס גאנבע איך יעץ אוועק א פאר מיניט צי שרייב צי דיר
צים ערשטענס נאכאמאל א ישר כח פארן מיך ארויסהעלפען דא אויף הייד פארק ,צי קענען שרייבן יודיש וכו'
און יעץ א ווארט פון חיזוק פאר דיר(וואס יעדער מענטש ווי גרויס ער מיינט ער איז, קען עס געווענטליך ניצן)
סתם אריינגעווארפן גיי ווייס פארוואס,נא געט טא דע פוינט
עכ"פ איך וויל זאלסט וויסן אז צענדליגע און אפשר גאר הינדערטע היימישע יונגעלייט ליינען מיט דארשט היימישע
שטיתים אפילו זיי שרייבן נישט אליינס קיינע ארטיקלען
נישט יעדער איז אזא געבענטשטע שרייבער ווי די ,מימלא
בעט איך דיך בשם כל הקהל הקודש הדין ווייטער צי שרייבן
שיינע - נייעסער - ווערטלעך-מען זאל קענען עפעס א שמייכעל געבן סאיז טאקע חודש אלול אזוי ווי כהאב געליינט דא און היימיש טאקע פון דיר.אבער מען דארף תשובה טיען מיט שמחה כידוע.
אקע בלייב מיר געזינט האב א פרייליכע שבת




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2005 23:02 לינק ישיר 


נע כ'אב דיך שוין געטראפן איך זוך דיך שוין נישט....


יענטאאשישער
וואס הייסט כ'אב נישט געשריגן ????!!!!!!!!!!

הא !!!!! הא!!!!!!?????????!!!!!

כ'הער נישט וואס?????????!!!!!!!!! הא הא!!!!!!! וואס הייסט כ'אב נישט געשריגן ????????!!!!!!!!!!!


אפאר טאג בין איך געווען הייזעריג דערפון!!!!!!
האסט נישט באמערקט איך קען נישט רעדן די לעצטע פאר טעג????!!!



אזאאנס!! איך שריי מיך אויס די גאל, און גארנישט ער הערט נישט!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 16:11 לינק ישיר 

געשמאקער; אין קעיס דו זוכסט מיר נאך אלץ, דא בין איך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2005 00:54 לינק ישיר 

'בענקל פיר און דרייסיג' ווי ביסטו???? מ'זיכט דיך........

"ביי די וועי" פארוואס האסטו געדארפט נעמן 34 בענקל'עך????!!!!! מיין ווייב ווערט שטיל נאך 'איין' מאל ווארפן די בענקל צי איר ריכטונג.....







תוקן על ידי - nafcha - 09/09/2005 0:53:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 00:23 לינק ישיר 

גישמאקער, אין דעם שטוב קומט מען נישט אריין צו שווייגן, דא קומט מען אריין צו שרייען!.

אלעמאל שרייסטו, אלעמאל רעדסטו הויעך, און דא אלל אף עי סאדען קומסטו דיר אריין מיט אזא איידלקייט שטילשווייגענדיג מיטן קאפ זייטליך געבויגן מיט א ספר אונטערן ארעם.....

האלאו! דא... שרייט מען!!! אקעי!!!...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2005 08:13 לינק ישיר 



תוקן על ידי - gishmoker - 08/09/2005 8:39:41



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2005 08:13 לינק ישיר 


הוטקה !!!!!!! ????????

איינער האט אים געזען דא ?!

אוי! ער לעבט דאך שוין נישט........ איימסארי.......


קרעמער ?????!!!

אים'ן האט מען יא געזען ??????????!!!!!!!!

איך האב פאר אים וויכטיגע פאסט איבערצוגעבן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2005 07:20 לינק ישיר 


יא, איינער זוכט מיך דא ?

יא . וואס ווילסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ...........איך זיך דיך!!!!!!!!!.........
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext