בית פורומים היימישע קרעטשמע

מיין ווייב דארף אייער באקסעס....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2005 01:15 לינק ישיר 
מיין ווייב דארף אייער באקסעס....

אידעלעך לאמיר אלע צוזאמן זינגען:

"א גאנץ אייער... א גאנץ יאר אייער... א גאנץ יאר אייער... אייעעער באאאקקקקססעעעעסס...

...מיט טעיפ און שטריק און א מיליכיגער מעסער אין די האנט, שטיי איך דא באוואפענט, איך פאכע מיט די האנט, איך בין פארנומען אין א הויפן אייער באקסעס, איך שריי אויף די קינדער ווי א הערויאישע גענעראל אין שלאכט, מיט באפעלן אין אלע זייטן. גערעגטע אנגרייפונגען, אנגעצויגענע לופט, און שרעקעדיגע פעיסעס. ווייב אויף די קניען ביקט זיך צו וואשן די פלאר פונעם איינגעזאפטן מאראסט, פאר די ווינטער שטויב צו האבן ווי זיך צו לייגן.

ספייסעס אינעם "אשר יצר" טעפעל, די סליפערס אינעם נאכט העמד, די האלב צוריסענע "גארמענט בעגס" אנגעפילט מיט פאנזשעלויס שטעקט זיך ארויס פון אונטער די פוס, מיליכיגע באקס, פליישיגע באקס, קיטשען, קינדער שטוב, מוישיס -בחורים קעמפ, פערע'לע קערהאנקסען, טוילעט, לינען קלאזעט, א גאנצער ווערהאוז ליגט פאר מיר צו מענזשען, פאקן, שיפן, קלעפן, סארטירן, אנלאדענען, שלעפן, שוויצען, אראפאלען, צורייסן די הויזן, שמוציג מאכן די הוט, און איבערווארפן די טלית קטן, און נאך אלעם צורייסן די באקס...

אייער באקסעס.... איך טראכט פארוואס נישט פאטעיטא טישפ באקסעס.. אפשר גאר טאמעיטא באקסעס,,, פארוואס איז אונזער אידישע פאלק אזוי פארליבט אין דעם אייער באקס????

איז דאס א אונגערושער מנהג, אדער פויליש? אדער גאר נאר א סאקמערער ענין, פון בית רחל אדער פון גאר דעם רעבין זכותו יגן, איז דאס א ווילימאסבורגער זאך, אדער אויך א בארא פארקע טייפ, חסידיש? ליטוויש? פאר גאד'ס סעיק: ווער האט דאס אינווענטען די "אייער באקסעס?"

האט מען דאס געמאכט פאר "אייער" אדער פאר פארן קאנטרי? ווער האט די "פעטענט" די פרויען אדער די אייער פאבריקאנטען? בכלל קוקט מיר איצט אויס ווי עס איז דא מער באקסעס ווי אייער...

זאל דער ערפינדער פון אייער באקסעס כאפן אזויפיל שניטען ווי עס איז איצט אויף מיין הענט, זאלן אים די מאזן אים באשרייען אזוי הויך ווי מיין ווייב שרייט איצט אויף מיר.

האט ער דאס געטאן פאר דווקא? איז עס געווען א פרוי וואס האט געוואלט צו פיקסן די מענער לדורות? אדער פשוט אן ערענסטער מאן וואס האט נאר אינזין געהאט צו פארדרייען א קאפ.

אויקיי זאל ער רוען אין אייביגער רוה, איך בין אים נישט מקנא וואס ער ווארפט זיך אין קבר זעענדיג זיין ערפינדונג ווערט פארנוצט צו פארהארגענען אזויפיל אידישע שלום בית איצט אין די טעג פון די אייער באקסעס סעזאן...

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מ'שיסט אייער אויף אלע מיינע שונאים... א אייער באקס וואלט בעסער געווען..

==
לייטנער; איך בעט אנטשולדיגונג אז איך האב געמוזט מתקן זיין 'אייער' תגובה.

קרעמער

תוקן על ידי - קרעמער - 02/09/2005 8:52:46



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 10:03 לינק ישיר 

יוליש עס מיז זיין אז די ביסט אין קעמפ און דו האסט גארנישט אהיים צו נעמען

גניבה איז באדיר גארנישט


תוקן על ידי - יענטאאש - 02/09/2005 18:33:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 01:38 לינק ישיר 

זא שטיל, ווייל דו כאפסט א איי אין קאפ אריין...

גראדע איך נוץ מילך קעסטלעך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מיין ווייב דארף אייער באקסעס....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext