בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס זאגט איר: אמת אדער נישט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2005 18:11 לינק ישיר 
וואס זאגט איר: אמת אדער נישט?

איך האב יעצט געעפענט מיין תיבה אישית און באמערקט א בריוועל פון איינער פון די נייע מעמבער'ס אויף "היימישע שטותים". שרייבט ער מיר כהאי לישנא:


hello kramer how r u,my pc gave me trouble so i had to sent it to the co,bla bla,any way i have it back now bh,i enjoy very much reading your articels its mamesh gevaldig i can write in yidish allrady but i need to get the yidishe labels on my keybord or is there an other way? i dont know how to write on the fourm tell me please.even tho i dont think i;ll have the gutss to write in public,tell me honestlyy do u guyes here on heimish really know each other like did u really go to the tzion with a friend or is it just heimishe shtisim hope to hear from you


איך לייג עס דא ארויף, פאר אייך אלע צו זען, און צו זאגען אייער מיינונג דערויף...

בין איך יא געפארן מיט נפחא? אדער איז די גאנצע זאך א אויפגעבלאזענע נפחא?



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 07:42 לינק ישיר 

איין נייע פראבלעם איז מיר ציגעקימען מיטן ווערן א חבר און היימיש .יא קרעמער ביסט דערוואל איז דאס נאך די נאמען (אגב וואלט איך דיר געבעטן אויב מעגליך, די ווארט היימיש נישט אוועק צי נעמן ווייל דאס איז דאך איינע פון די הויפט מעלות פון דעם פורום אז סאיז היימיש)דער פראבלעם רופט זיך שליקערצען- היקאפס ווייל איך זעה אז מען רעדט דא פון מיר,און די באבעס זאלן זיין געזינט זאגן דאך אז דאס איז גורם מען זאל שליקערצן
קיין מאל קיין ערגערס הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 07:05 לינק ישיר 

ווילאנג ער ווייסט נישט מיין אדרעס, קען ער מיר גארנישט טאן... (געב אכט, זאג אים נישט אויס וויאזוי איך זעה אויס).

בכלל קוקט אויס ווי ער האט מער מורא פון מיר ווי איך פון אים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 01:17 לינק ישיר 

קרעמר;

איך האב מורא אז דער 'בענקל' איז א שבת-בענקל, דערווייל האט ער זיך נאר געלאזט הערן אדער ערב שבת, אדער מוצאי שבת.

סא, וואטש אוט פון אים!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2005 21:17 לינק ישיר 

שלום עליכם רעב בענקל,

טראץ מיר ווייסן נאכנישט וואסארא בענקל איר זענט, א פשוטער בענקל מיט א פשוטן אנלעהנער, אדער א שיינעם אויגעבעטן אויבן-אן בענקל מיט רויטע סאמעט און הילצערנע הענטלעך, אדער גאר א טייערן קאוטש סטיל בענקל מיט הערליכע געשניצטע האלץ ביי די זייטן, צי א סתם באלעבאטישן דיינונג רום טשעיר מיט אן אנלעהנער פון אלע פיר זייטן אבער מיט א פשוטע סחורה איבערגעדעקט מיט הארטע פלאסטיק, ס'קען אפילו זיין איר זענט אן איינגעבראכענע 'תשעה באב בענקל' געבויעט דורך קליינע קינדער מיט אלטע פון-סוכה-פארבליבענע האלץ'לעך מיט פארראסטעטע נעגל.....

סיי וויאזוי זענען מיר אייך מקבל פנים מיטן זעלבן שמייכל און ברוך הבא, פילט אייך באקוועם, מאכט אייך היימיש, און ווי'מ'זאגט דרייט אייך אריין אין די סביבה.

תוקן על ידי - יענטאאש - 05/09/2005 1:16:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2005 01:07 לינק ישיר 

ר' בענקל;

וויאזוי די וועג ארויף צום ציון האט מיר געקאסט נאר א קוואדער? זייער פשוט! איך האב דאן געמאכט מיין טעגליכע עקסערסייז (וואס געווענליך פארטיג איך דאס אפ צופרי אין בית המדרש ביי שחרית), איין מאך מיט די רעכטע האנט, דאן מיט די לינקע, ווען איך בין אנגעקומען אויבן האב איך זיך שוין געמוזט אפרוען פון אזויפיל עקסערסייז.

נפחא;

די קאווע שטיבל איז גלייך וואו מען קומט אריין, בתי כסאות? פאלג נאך דעם עולם, וועסט עס שוין טרעפן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2005 23:57 לינק ישיר 

קרעמער;

די האסט לכאורה געמיינט צי שרייבן 'אב_הרחמן', נישט 'הרחמן', עניוועיס מאכט נישט אויס, ווייל 'אב_הרחמן' האט געשריבן, אז ער קימט נישט ארויס פין אינטערן באנק, און 'הרחמן' איז זעהט אויס דארטן, און וואטשט אז א גראבער זאל זיך נישט אראפזעצן אויף דעם באנק.

בענקל;

שלום עליכם נאכאמאל!


ווי עס קיקט אויס, האסטו נישט אדורך געליינט די אשכול, 'א נסיעה מיט נפחא', ווייל דארטן שרייבט 'קרעמער', אז ער האט נישט געוואלט ארויפוואקן ציזאמען מיט מיר די גאנצע וועג.

עניוועיס 'יהא בואך לברכה',איך וואלט געוואלט בעטן די מנהלים, מ'זאל אים ציווייזן ווי ס'איז דא די קאווע שטיבל, די בית הכסא'ס, וכו'. {איך ווייס נאך אלץ נישט ווי עס איז}




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 23:06 לינק ישיר 

Ich vill du nemen di gelegenheit efentlich zich tzibedanken far inzer chushever ibergegebenr menahl ,voos hut mich azoi shein entfanfgen ,,a hartzigen dank..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 22:07 לינק ישיר 

שלום עליכם ר' בענקל (כ'האף אז דאס איז נישט די שבת-בענקל וואס די 'ביג-שאט' אינגלעך פון מיין חדר פלעגן מיר מאכן וואס איך פלעגן בלייבן אונמאכט א וויילע דערויף...)

יא, ר' בענקל איז דער אויבנדערמאנטער נייער מעמבער. און חברה: איר מעגט אייך אפלערנען פון ר' בענקל!

שוין שיינע פאר וואכן זענען זיך פארלאפן זינט ר' בענקל האט זיך מיט אונז די ערשטע מאל פארבינדן אין יאהו! אימעיל, ער האט געוואלט וויסן, זיך אויסלערנען, זיך באקענען, וויאזוי מען עפענט אויף א היידפארק אקאונט, וויאזוי מען שרייבט אידיש, וויאזוי מען שרייבט תגובות, און אזוי ווייטער און ווייטער.

מיר האבן פרובירט ארויסצוהעלפן א איד (אזוי ווי אונזער דרך איז פון אייביג אן...), און צוביסלעך האבן מיר געמאכט פראגרעס. דער 'בענקל' האט געהאט פראבלעמען, ער האט זיך איינגעשריבן איינמאל און נאכאמאל, דאס איז נישט אדורך און יענץ האט נישט געארבעט, אבער "א איד געט נישט אויף"...

ענדליך איז אנגעקומען דער לאנג ערווארטעטער טאג וואס מיר האבן די זכיה צו וועלקאמען אונזער נייער שרייבער ר' בענקל!

הורעי!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2005 21:46 לינק ישיר 

aleichem shulem nafcha,,and die gantze chavraye kidisha,i hope i am welcome here,,menahal kramer how did u manage to walk up the all the way to the tzion with out giving any money,next year if moshiach isnt here i wana drive u out and walk up with u



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 20:59 לינק ישיר 

נפחא; איך בין מורא'דיג נייגעריג וואס עס איז געשטאנען אין דעם אויסגעמעקטן תגובה... (פונקט אזוי נייגעריג ווי דו ביסט צו וויסן וואס מרת קרעמער האט גערעדט אויפן טעלעפאן...).

אגב;

אז דו גייסט שוין יא צום דאקטער... נעם מיט 'הרחמן'...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2005 20:10 לינק ישיר 

אה.. הייסט עס אז דיין אשת חבר איז מער אזא 'שטילע נפחא'לע'טע'.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 20:09 לינק ישיר 

דיין 'קרעמערטע' האט אזוי הויעך געשריגן, אז איך האב באלד אן אפוינטמענט ביים דאקטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 20:06 לינק ישיר 

נפחא; איך בין דא צוריק... (כ'האב געברויכט עפעס ערלעדיגן, נישט וויכטיג... [ווילאנג ס'האט נישט מיט היימישע שטותים איז עס נישט וויכטיג...]).

דו לעבסט נאך אלץ אינעם דמיון אז קרעמער איז יענטאאש? האב איך דיר אויסגעקוקט ווי א יענטאאש???

אז מ'רעדט שוין;

וויאזוי האסטו געקענט מיטהאלטן דעם שמועס וואס איך האב אפגעהאלטן מיט מרת קרעמער, בעת ווען - אנדערש ווי דיר - האב איך נישט גערעדט אויף ספיקער פאון!!!

... לאמיר זעהן וואס נפחא וועט ענטפערן... און אין דעם ווענדט זיך אויב איך וועל איבערשרייבן דא זיין געשפרעך מיט מרת נפחא...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2005 20:05 לינק ישיר 

וויאזוי זאגט נאר 'ריבי', חחחחחח.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2005 20:02 לינק ישיר 

ער שרייבט יעצט אינטערן ניק פון 'יענטאאש'.......

תוקן על ידי - nafcha - 02/09/2005 20:02:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס זאגט איר: אמת אדער נישט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext