בית פורומים היימישע קרעטשמע

(ישי) פימ"א פליעט..............

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2005 21:33 לינק ישיר 
(ישי) פימ"א פליעט..............

נישט יעדער וועט כאפן דעם קעפל, אבער די וואס האבן מיטגעלעבט די פרשה פון ישי פימא וועלן (אפשר) פארשטיין.

דא האט איר די נייעס פונעם טאג:

דער הויפט פון פימ"א (פעדעראלע עמערדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור) איז היינט געפלויגן פון זיין אמט, אלס שעיר לעזאזל פארדעם וואס די אדמיניסטראציע האט נישט גענוג שנעל רעספאנדירט צום 'קאטרינא' קריזיס.

http://news.yahoo.com/s/ap/20050909/ap_on_go_ca_st_pe/katrina_brown_16;_ylt=AkwLhKwaZpP7sA.dEKYR86gbLisB;_ylu=X3oDMTBiMW04NW9mBHNlYwMlJVRPUCUl

די מכשפה נענסי פאלאוסי שלאפט שוין היינט רואיגער, ווייל נעכטן איז די געווען אנגעבלאזן ווי א באלון און רויט ווי א טאמאטע פארלאנגענדיג אז מיכאל ברוין (דער הויפט פון פימ"א) זאל אפגעזאגט ווערן פון אמט.

בלייבט אונז נאר איבער צו זען אויב דער נייער הויפט וועט זיין עפעס בעסער, אדער וועט ער אויך דארפן פליען.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 00:51 לינק ישיר 

נאך ווערטער וואס ברויכן א הסבר:

פיירענדזשין (א ווארט וואס קינדער נוצען אלס פארקורצונג פון "פייער-ענדזשין")

פייער-לענדזשער (א צוזאמכאפ פון ענדזשין/לעשער).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 00:49 לינק ישיר 

היינט האט מיכאל ברוין געכאפט דעם ווינק... נאכדעם וואס מען האט באזייטיגט פון זיינע אפיציעלע דינסטן ביים האריקעין קאטרינא, האט ער נאך געמיינט אז פילייכט וועט ער מיט דעם אפקומען אלס כפרה הינדל פאר די רעגירונג'ס לאנגזאמע רעאקציע צום שטורעם.

הערשט נאך עטליכע מעת לעת האט ער געכאפט אז מען רעדט דא 'ביזנעס' און ער האט רעזיגנירט.

ער איז געווארן איבערגענומען פון א פייער-לענדזשער (ווער ווייסט וואס די ווארט מיינט?).
http://news.yahoo.com/fc/us/bush_administration



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > (ישי) פימ"א פליעט..............
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext