בית פורומים היימישע קרעטשמע

א גוטע וואך (פון בענקל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/9/2005 08:07 לינק ישיר 
א גוטע וואך (פון בענקל)

א גוטע וואך טייערע ברודער.

דא האט איר א בריוו פון ידידנו ר' בענקל34 וואס איך האב נארוואס ערהאלטן אין תיבה אישית:

א גיטע וואך ר' קרעמער
כהאב עס נישט געשריבן אויפן פורום ווייל סע איז נישט קיין נושא וואס אנדערע זאלן ווייטער האבן וואס צי שרייבן אזוי האב איך געמיינט ,איז אויב די ווילסט קענסטי זייער גערן מצידי אריילייגען מיינע ווערטער אויפן פורום (,איך ווייס נישט וויאזוי מען טיט דאס,)
אפשר וועלן אנדערע יא האבן וואס מוסף צי זיין
אזוי שרייבנדיג צי דיר טראכט איך ביי מיר,אן אינטערסאנטע
וועלט,איך זיץ מיר ביי מיר אינדערהיים איך שרייב יעץ צי א ווילד (כמיין נישט די ווילדע חי רעה וואס די ביסט)
פרעמדע מענטש וואס ווען די וועסט מיך זעהן אין בהמ"ד
וועלן מיר זיך אפילו נישט גריסן ,און דא שרייבט מען זיך אזוי שיין איינער צום אנדערען,פון די אנדערע זייט טראכט איך ווער זאגט די ביסט מיר אזוי פרעמד אפשר ביסטי גאר מיינס א קרוב-שכן-חבר-מחותן-ווער וויסט איין באשעפער וויסט אזוי האף איך אז נישט בין איך אין בעד שעף
עניווע איך שרייב נאך זייער שווער מיט די נייע אותיות
כדארף זיכען יעדע אות צען מאל ציביסלעך
בלייב מיר געזינט ידידך המכונה בענקעל


מיין ענטפער:

א גוטע וואך ר' בענקל (איז 34 די מספר השנים אייערע???)

עס קען זיין אז איך בין אייער מחותן/קרוב/שכן/טאטע/זוהן וכו', אבער וואס איז דאס א נפקא מינה???

ווילאנג מיר שרייבן אינטערסאנטע ענינים, מיר טשעפען נישט קיינעם, מיר בארעדן און באדערן נישט קיינעם ח"ו, וואס איז דאס א חילוק אויב מיר דאווענען אויף איין טיש אין בית המדרש אדער מיר קראצן זיך די פיס אויפן זעלבן מקוה-באנק???

דו האסט מורא אז דו ביסט אין 'בעד-שעיפ' אויב מיר קענען זיך??? פארוואס??? איך האב זיך שוין באקאנט מיט אסאך שרייבער פונעם פורום (אפשר שוין מיט צופיל...) און קיינער פון זיי (אקעי... כמעט קיינער) איז נישט אין 'בעד-שעיפ'... פארוואס זאלסטו פחד'ן? האסטו פארגעסן וואס פרעזידענט רוזוועלט האט געזאגט: די איינציגע זאך פון וואס מיר דארפן מורא האבן, איז מורא אליינס! (עס רעגט מיר אויף ווען איך זעה אין "בחדרי חרדים" פורום איינער נוצט דעם סלאגאן פון פרעזידענט רוזוועלט, און שרייבט אונטער אז דאס שטאמט פון דעם שחור'ישן גלח מארטין לוטער קינג דזשוניער).

עניוועי, א גוטע וואך צו דיר ר' בענקל, און א גוטע וואך אייך אלע (מלוה מלכה האב איך שוין געגעסן, אבער אז איר ווילט, קען איך דא מיטזיצן און אויסווארטן ביז איר ענדיגט אפ אייער מלוה מלכה... איך האב סייווי נישט עפעס בעסער וואס צו טאן...).

קרעמער



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 01:07 לינק ישיר 

איך האב עס נאך נישט געזעהן, אבער עס ליגט מיר אנגעגרייט אין לעדל פאר די נעקסטע ליידיגע פאר מינוט (צוויי שעה) און אזוי ווי דו האסט מיך אנגערייצט וועט עס לכאורה זיין אין א נאנטע געלעגענהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2005 01:05 לינק ישיר 

עליכם;

איך רעד פון HATARI

די ניגון פון 'האטעל רעוואנדע' גייט מיר נישט ארויס פון קאפ... עטשובאניזאמינאקוטוריעסאדני האמעפייאלעמדיוואזעכעלימאטא

עפעס אזוי גייט עס, אפשר נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2005 01:01 לינק ישיר 

ענדליך האט זיך איינער דערמאנט פון מיר, איך האב מיך שוין מייאש אז איינער זאל מיך נאך זוכען, אבער אט האט אונזער כאשעווער מענאהעל זיך וויסנדיג געמאכט פון מיר און מיך אויפגעוועקט פון מיין דרימל,

יעצט צום ענין דער פילם פון מיר (אין פאריגען גלגול) אין אפריקע אויב דו מיינסט דאס מיטן אפריקאנער דזשאנגל וואו מען כאפט די חיות דאן איז דאס HATARI אדער אפשר מיינסטו DONOVAN'S REEF דארט דאכט זיך מיר הערט מען אויך די אפריקאנער זינגען, איך האב שוין געהערט די אפריקאנער אסאך מאהל אויף די דזשעימס באנד פילמס (פון די 70'ציגער און 80'ציגער און אנהייב 90'ציגער יארן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2005 00:10 לינק ישיר 

גוט גע'געס'ט בי-חסיד; איך האב היינט געענדיגט האטעל רעוואנדא, און איך האב נאכנישט געשריבן די 'רעוויו' צוליב איין סיבה: איך בין פארלוירן פאר ווערטער!

עס איז הערליך! איבערנעמענד! אנגעפילט מיט עמאציאנען!

פון אנהייב האב איך געמיינט אז מען מוז זיין א שחור, אדער א שחור ליבער, כדי ליב צו האבן די פילם, אבער ווי מער אריין אין די מעשה האב איך אנגעהויבן איינצוזען אז עס איז א געלונגען שטיקל ארבעט.

די ניגונים אין די בעקגראונד זענען אפריקאניש, וואס זענען גאנץ אינטערסאנט (פאר מיר עכ"פ). ווער עס ווייסט, האט דזשאן וועין אויך איין פילם אין אפריקע, און דארט קען מען זען אביסל פון זייערע מאדנע ניגונים און טענץ (דזשאן; ביסט דאך א מעמבער ביי אונז, זאג אונז וועלכע פילם דאס איז, איך געדענק שוין נישט).

'פאול' - דער העלד פון די געשיכטע - האט אנגעפירט א האטעל בעת די 'גענאסייד' (פעלקער מארד) איז פארגעקומען צווישן די הוטו'ס און די טוטסי'ס (בעסער געזאגט: בעת די הוטו'ס האבן אויסגעמארדעט מיליאנען טוטסי'ס פאר די איינע חטא אז זייערע נאזלעכער זענען עטוואס ברייטער ווי די הוטו'ס'ס...), און אדאנק דעם איז אים געלונגען צו ראטעווען הונדערטער טוטסי'ס פון מאסן מארד.

דער פילם לויפט בערך צוויי שעה. עס איז רעיטעד PG13 דורך ק.נ.א. (אביסל רציחות, און נאך זאכען).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 23:02 לינק ישיר 

Krammer may I guess why you picked rewanda for the first example? Did you maybe finish to see latley the Hotel story?o

Just trying to get you back to the reviews that I loved so much



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 18:38 לינק ישיר 

דארפסט שנעל טוישן דיין ניק...

דובר שקרים לא יכון לנגד עיני



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 18:37 לינק ישיר 

קרעמער

שעכועך פארן שרייבן אנשטאטס מיר היינט בין איך טאקע אביסל פארנומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 18:28 לינק ישיר 

בענקל; דו שרייבסט אז די גאנצע וועלט ליינט מיט אינטערעסע מיינע ארטיקלן...

האלטסטו טאקע אז אין רעוואנדע זיצן די הוטו'ס מיט די טוטסי'ס בינעזאם איבער אן אלטן קאמפיוטער און ברענגן ארויף מיינע שטותים צו ליינען? האלטסטו אז די עסקימא'ס אין אלאסקא אדער אנטארטיקע האבן אויפגעהערט האקן אייז און פאנגן פיש און פארברענגן מיט היימישע שטותים? האלטסטו אז די צפון קארעאר פארגעסן אביסל פון זייערע ליידן און פארטיפן זיך אין א געשמאק שטיקל היימישע שטותים? אז די פאלעסטינער שטעלן זיך אפ אינמיטן פארברענען די פארלאזטע מתנחלישע בתי מדרשות און זעצן זיך איבער א האלאל פלייש סענדוויטש מיט א פעקל ארויסגעפרינטעטע היימישע שטותים דאקומענטן אין די זייט? אז די קובאנער זיצן ביים ברעג ים און שטעלן זיך אפ אינמיטן די שווערע ארבעט פון פארוואנדלן אן אלטן באס צי א שיף מיט רעדער, אינמיטן פאררויכערן די קובאנע ציגארן, און כאפן א בליק אויף היימישע שטותים? אז יוגא שאוועז געט אוועק פון זיין טייערע צייט צו הערן וואס 'קרעמער' האט צו זאגן?

איך זעה אז קיינער האלט נישט ביים שרייבן היינט, מוז איך שרייבן אנשטאט יעדן איינעם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 14:16 לינק ישיר 

בענקל; איך זעה נישט די סתירה דא... ווען איך פרעג אויב איר זענט 34 יאר אלט מיינט דאס נישט אז איך וויל פלוצלינג זיך משדך זיין אייך וכדומה... עס איז פשוט א נייגער. פונקט ווי איך ברעך זיך נאך יעצט קאפ צו פארשטיין וואס 'יאגעלע' מיינט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2005 07:39 לינק ישיר 


די נאמען איז זאב וואלף


ברוחים אנטשולדיגט ברוכים הבאים ר' בענקל 43
זאל זיין מיט ברכת עלה והצלח. ובכל שתפנה שתצליח אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 07:25 לינק ישיר 

ר' קרעמער לכאורה ביסטי זיך סותר מינה וביה,די הייבסט אן שרייבן מיטן פרעגן צי די נומער 34 איז מיין יארגאנג ,איז דאך פשט אז עפעס אינטערסירט דיך דא , און איין שורה נאכדעם שרייבסטי מאי נפ"מ צי מיר זענען קרובים וכו' דארפסט מדקדק זיין וואס די שרייבסט ווייל די גאנצע וועלט (אפשר א שטיקעל גוזמא) ליינט מיט אינטערעס דיינע ארטיקלען
ר'נפחא היקר ישר כוח פאר דיינע דברי חיזוק עס האט שוין געניצט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2005 22:01 לינק ישיר 

איך מיין אז נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2005 21:57 לינק ישיר 

נו, יאגעלע, וואס איז געבליבן? קען מען דא שרייבן אדער נישט??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/9/2005 21:49 לינק ישיר 

דא דארף מען אויך האבן רשות צו שרייבן? אקעי אויב איך זען מיינע ווערטער האב איך שוין דעם ענטפער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2005 14:09 לינק ישיר 

מזל טוב צום ברית, סארא נאמען האט ער געגעבן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א גוטע וואך (פון בענקל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext