באארבעט לויט מקורות דורך:
בְּרָכָה קְנוֹיבְּלאָבִיץ
געדענקסט עס נאך???
נשלח ב-15/9/2005 21:26
ערעב זארעכ איך ווייס נישט פון וועלכע אויסגאבע דו רעדסט אבער די בילד האב איך שוין באקומען א לאנגע צייט צוריק פון א חבר מיינער און איך האב עס יעצט ארויסגענומען לכבוד די חנוכת הבית פונעם קרעטשמע
נשלח ב-15/9/2005 01:28
בןהרחמן
איז עפשער איינער פון די פרייליכע טענצער דא אויפן בילד נחמן נטע פון האלץ קאמער?
פארוואס פרעג איך אייך?
ווייל ביידע, דער בילד און דער מקור פון נחמן נטע פון האלץ קאמער, שטאמען פונעם זעלבן אויסגאבע.
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 1:27:46
נשלח ב-14/9/2005 14:48
בולעטין:
דער עולם זאל זיך אנגרייטן קורצע רעדעס לכבוד די חנוכת הבית פונעם קרעטשמע וואס וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט ביי אונז אין "היימישע קרעטשמע"
קרעמער
ארענדער
נ.ב. יאנוש גיי ארויס און געב שטרוי פאר די פערד, ווייל אלעקסיי דער בעל עגלה האט נארוואס פארענדיגט זיין לעצטן שלינג פונעם ביטערן טראפן און וויל זיך שוין ארויסלאזן אין א גאלאפ איבער די וועגלעך און שטעגלעך פונעם שטאט (ווער ווייסט אפשר וועט דער רעבע נאך באווייזן קפיצת הדרך און די וואגן וועט זיך הייבן איבער די דעכער פונעם שטאט, רבותי, טוט אן די סיעט-בעלטס...).
איך זעה אז דער איבערוויגענדער מערהייט פון די שרייבער געפעלט זיי "היימישע קרעטשמע".
על כן, נמנו וגמרו, אי"ה אין איינע פון די נאנטע טעג וועט זיין די קרישמע ליינען, דאן די וואך נאכט, צומארגענס וועט פארקומען די גרויסארטיגע ברית און קריאת השם...
היימישע קרעטשמע
נשלח ב-13/9/2005 08:51
פון מיין פערספעקטיוו
אוודאי דארף מען מאכן א שינוי השם
א שינוי לשוין האט מען שוין געמאכט
א שינוי מקום האט מען שוין אויך געמאכט
בלייבט איבער משנה זיין דעם שם.