איך הער נישט
איר וואונדערט זיך פארוואס אייער חוש השמיעה איז עטוואס אפגעשוואכט?
אט הערט (אויב איר קענט, אויב נישט, דאן ליינט):
שטודירער זענען אויפגעקומען מיט א זאך וואס איך ווייס שוין פון לאנג, אז עירפאונ'ס און העדפאון'ס קענען אפשוואכן דאס 'הערן'.
אזוי ווי איר 'הערט':
http://news.yahoo.com/s/ap/20050912/ap_on_he_me/early_hearing_loss;_ylt=AjKWMfvBaWMq_W4XABGGBVWs0NUE;_ylu=X3oDMTA3czJjNGZoBHNlYwM3NTE-
לעצטנס ביי די חתונות באמערק איך אז די שפילער מאכן די מוזיק זאל באמבענען העכער ווי אייביג, אפשר טאקע ווייל אלע מענטשן זענען שוין אזוי טויב, אז אויב די וואליום פון די מוזיק איז נישט אויף 'מיליאן פוינט איינס' וועלן מענטשן כלל נישט כאפן אז זיי זענען יעצט אויף א חתונה.
'שנשמע' ונתבשר בשורות טובות.
|
|