ווייל איך האב נישט קיין אידיש אין מיין קאמפיוטער אין גלייבטס מיר עס נעמט לאנג אבער איך וויל דאך זיין א קרעטשמער זיצער ממילא/במילא וועל בעזהשי''ת נישט אויפגעבען
נשלח ב-31/3/2006 04:16
עס איז דא אין די וועלט א קאנטענעט וואס הייסט אמעריקע
אין אמעריקע איז דא א צינעזאמשטעל פין פיפציג לענדער מען ריפט עס ארצות הברית
צווישען די פיפציג ארצות איז דא איין לאנד וואס הייסט נוי יארק
איינע פין די שטעט פין די אויבענדערמאנטע לאנד הייסט מאנרוי
אין מאנרוי איז דא א ווילעדזש וואס הייסט קרית יואל
אין די אויבענדערמאנטע שטעטעל קר''י איז דא א גאס וואס האט א מאל געהייסען משה יעקב קארט און אזוי ווי איך הער: האט געשריבען דערוועגען האב איך זיך דערמאנט אז עס איז דא נאך א גאס וואס האט זיך געטוישט זיין נאמען מיט בערך ניינצען יאר ציריק אין איך האב געטראכט אז עס וועט זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער וואס קענען זיך א ביסעל אויס מיט די גאסען אין די אויבענדערמאנטע שטעטעל
אויב ביסטי נאכנישט געניג קלאר קענסטי איבערפרעגען
מיר רעדען נישט פין די אלע גאסען וואס מען האט געטוישט די נעמען בערך זעקס יאר ציריק ווען מען האט אויפגעשטעלט די נייע 911 סיסטע אין ארענדזש קאונטי ווען זיי האבען פארלאנגט אז אלע שטעטלעך וואס האבען גאסען מיט ענליכע נעמען זאלען זיך צאמקימען אין מען וועט אויסארבעטען א יושרדיג וועג צי טוישען די נעמען כדי די עמערדזשענסי פארזאנען זאלען זיך נישט פארמישען למשל טאמער וועט אריינקימען א הילפס ריף פין א איינואוינער אויף 13 פארעסט זאל נישט איינער גיין אויף פארעסט עוועניא אין דער צווייטער אויף פארעסט דרייוו אין קר''י האט זיך ציגעכאפט דערצי אין געזאגט אינז וועל מיר טוישען אלעס פין וואס עס איז דא אין אינזער געגענט צוויי
נשלח ב-31/3/2006 04:05
נאטורליך, דו שיינסט מיר צו זיין איינער וואס מיינט אז ווען מען גייט ארויס פון וויליאמסבורג פאלט מען אראפ פון די גלאוב און מען טרעפט זיך אין אנטארטיקע אדער ווייסעך וואו אין די אפריקאנער מדבריות.
וויסן זאלסטו אז עס עקזיסטירט א געגענט אין ניו יארק מיטן נאמען קרית יואל, און דארט זענען דא די נעמען פון די גאסן וואס דו זעהסט דא.