בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברעיקינג ניוס אויף ק.נ.א.: אויס חרדי'ש!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/9/2005 05:21 לינק ישיר 
ברעיקינג ניוס אויף ק.נ.א.: אויס חרדי'ש!

אויף די דראטן פון קרעמער נייעס אגענטור איז יעצט אדורכגעלאפן א מעלדונג פון קראנטע קוועלער אז די באקאנטע "קול מבשר" נייעס אגענטור האט אראפגענומען פון איר סלאגאן דעם ביז איצטיגן אויסדרוק פון: חרדישע נייעס!

ווי מיר דערוויסן זיך איז דאס צושטאנד געקומען אויפן דרוק פון די רבנים הגאונים שליט"א וואס זיצען אין התאחדות הרבנים, וועלכע האבן פארהאנדעלט מיטן פארזיצער פון "קול מבשר" נייעס אגענטור.

נאך לאנגע זיצענישן זענען די צוויי קעגנזייטיגע צדדים געקומען צו א פארשטענדעניש, אז "קול מבשר" וועט ארונטערנעמען זייער סלאגאן פון "חרדישע" נייעס, אזוי ארום וועט מען זיי אויפהערן צו סיקירן.

ק.נ.א. האט זיך נישט געפוילט נאר אליין אנגערופן "קול מבשר", נאך עטליכע פרואוון איז געלונגען פאר אונזער קארעספאנדאנט אדורכצוקומען צום סיסטעם, און מיר האבן זיך איבערצייגט אז די שמועה איז אמת.

ווען איר דרוקט נומער איינס אויף די הויפט אויסוואל, וועט איר הערן "קול מבשר נייעס" אנשטאט די ביז יעצטיגע "קול מבשר חרדי'שע נייעס".

שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 15:14 לינק ישיר 

אויב איך מאך נישט קיין טעות, קען מען אויך נוצען דעם ווארט CODE

איך מיין אז פארבער (פעינטערס) לייגן ארויף נאך א CODE פעינט, אבער אפשר בין איך נישט גערעכט.

אדרבה, פעינטערס, אדער מבינים, העלפט מיר ארויס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 08:38 לינק ישיר 

שיכט אויף ענגליש זאגט מען coat מיט א טית נישט א דלית.
עי' בתגובתי around the corner

אוי, כ'אב פארגעסן צוצולייגן מיין, נישקשה.


תוקן על ידי - gishmoker - 22/09/2005 8:37:47



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 05:11 לינק ישיר 

קיינער איז נישט אינטערסירט צו ברעכן דיין קאוד... אפשר די קאוד (שיכט) ארום דיין מח זענען דא אזעלכע וואס וואלטן געוואלט צוברעכן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 02:34 לינק ישיר 


קרעמער ;:!.,

כבודי מחול,

איך קוק יעצט צוריק אויף מיין תגובה עפעס
געפעלט מיר אינגאנצן נישט, כאטש בשעת'ן שרייבן האב איך צו עפעס מכוון געווען, יעצב אבער פארשטיי איך עס אויך נישט,
איך האב מורא איינער האט אויפגעבראכן מיין קאוד.
איך מיין איך ווייס ווער.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 01:07 לינק ישיר 

די ביסט גערעכט, פארדעם טאקע האב איך תשובה געטון.

און צווייטענס, די קענסט בעטן 'נאט טו ביזי', זאל דיר איבערגעבן די העדליינס פון 'קול מבשר'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 01:03 לינק ישיר 

שתי תשובות בדבר:

קודם כל, דאס געט דיר נאכנישט די רעכט צו פארדרייען א קאפ כאילו דו ווייסט דאס שוין פון לאנג.

שנית, איך האב ב"ה בעסער וואס צו טאן ווי הערן קול מבשר, האב איך טאקע נישט געוואוסט אז דאס איז שוין א וואך אלט. בכלל, האב איך געבראכן די נייעס אז דאס האט א שייכות מיט התאחדות!

סי-וואו-פלעי, מערסי!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 00:53 לינק ישיר 

די עיקר האט מיך געבאדערט, אז נאך א וואך מעלדסטו די נייעס, אלס "ברעקינג ניוס", נישט אז ס'איז עקסלוסיוו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 00:49 לינק ישיר 

קוקט חברה וואס איין טעלעפאן קאל קען אויפטאן...

איך רוף אן נפחא און פרעג אים: האסטו טאקע געוואוסט דערפון?

זאגט מיר א גרויסן: בְּלֹא! (לא מיט א למ"ד).

האב איך אים געזאגט: זיי מוחל און זיי זיך מודה ברבים!

דא אין ק.נ.א. קענען מיר נישט דולדן קיין "JASON BLAIRS" וואס שרייבן פאלשע מעשיות... וואס מיינט איר? דאס איז עפעס די ניו יארק טיימס?

אלזא, א יישר כח נפחא פארן צוריקציען, און זעה אז 'נעקסט-טיים' זאל דאס נישט פאסירן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 00:40 לינק ישיר 

אזויווי ס'איז יעצט אלול, א צייט פון תשובה און תיקון המעשים, בין איך מיך מודה ומתוודה (נאך גרויס דרוק), אז איך האב נישט געוויסט, אז דעס אראפנעמען דאס ווארט 'חרדישע', איז געקומען נאך דרוק פון התאחדות.

ומודה ועוזב ירוחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 00:28 לינק ישיר 

איך האב קאנטאקטען מיט קול מבשר און התאחדות ווי אויך ק.נ.א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 00:24 לינק ישיר 

ניין. עס מאכט טאקע נישט קיין סענס (די איינציגע זאך וואס מאכט סענס, איז א 'טיע-בעג').

בכלל, דיין גאנצע נאמען מאכט נישט קיין סענטס... אבער איבער דעם - א צווייטס מאל...

אז מ'רעדט שוין: פון וואנעט האסטו טאקע געהערט דאס אז התאחדות האט דאס גע'פועל'ט ביי קול מבשר'ן? האסטו קאנטאקטן מיט קול מבשר אדער מיט התאחדות?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 00:21 לינק ישיר 

קרעמער;

יא, איך האב שוין געוויסט דערפון איבער א וואך, די סיבה פארוואס איך האב עס נישט געמאלדן איז, ווייל וויאזוי האסטו געוואלט איך זאל עס שרייבן,
יעצט אריינגעקומען א מעלדונג צו 'נפחא נייעס אגענטור' אז ...............
איך מיין אז ס'מאכט נישט קיין סענטס.

תוקן על ידי - nafcha - 22/09/2005 0:24:36



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/9/2005 19:59 לינק ישיר 

געשמאקער;

במחילת כבודך האב איך נישט פארשטאנען דיין תגובה. אבער מאכט נישט... ס'נישט דאס ערשטע מאל...

אגב;

אז מ'רעדט שוין פון "התאחדות הרבנים דארצות הברית ו'קאנאדע" וויל איך דא ארויסברענגן א וויכטיגע נקודה וואס טייל פארזעהן געווענליך.

האט איר געוואוסט אז די זעלבע התאחדות הרבנים וואס פארוואלטעט אין די פאראייניגטע שטאטן, הערשט אויך איבער די אויבערשטע קאלטע שכן וואס רופט זיך קאנאדע?

אנומעלט בין איך לעצטנס געווען צוליב ביזנעס אין קאנאדע, אזוי ארומוואנדערנדיג אין די גאסן פון שטאט, באמערק איך ווי א פראנצויזיש רעדנדער גוי שענקט מיר שארפע בליקן. איך האב זיך גלייך דערמאנט אז אלס אמעריקאנער בין איך א 'פערסאנע-נאן-גראטע' אין די ליבעראלע מער לינק געשטימטע קאנאדע, בפרט די קוויבעקער גיבערניע וועלכע קערט זיך מער אן צו פראנקרייך ווי צו איר אונטערשטע ווארימע שכן אמעריקע.

איך האב זיך נישט פארלוירן און מיט דרייסטע שריט צוגעגאנגען צום ערל, און אים געגעבן אנצוהערן (אויף מיין היימיש געמאכטע פראצויז-ענגלי-דיש): וויסן זאלסטו אז איך בין נאך אלץ אונטער די יוריסדוקציע פון "התאחדות הרבנים"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

ער האט זיך אנטשולדיגט אויף פראנצויזיש מיט א נידריגע שטימע, זאגנדיג: "סי-וואו-פלעי"! [איי עם סארי]. און נאך צוגעלייגט א דאנק אין דער זייט "מערסי"! [יישר כח].

"ביענוויענאו לע קאנאדע"! [וועלקאם צו קאנאדע].



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/9/2005 19:48 לינק ישיר 


זיכער אויב נישט וואלעסקאעס אדער מיללער אדער נידלמאן, מוז מען דאך מאכן דעס פאר ברעיקינג = ברעכעדיגע נייעס.

התאחדות מיט קול מבשר

שנשמע ונתבשר בשורות טובות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2005 15:27 לינק ישיר 

נפחא;

גרויסע צולייגער וואס דו ביסט. קודם כל, אויב עס איז שוין אזוי איבער א וואך, פארוואס האסטו נישט געמאלדן דעריבער?

צווייטנס, האסטו געוואוסט אז דאס איז געקומען אויף די פארארדענונג פון התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא?

אויב נישט, מאך איין. ווייל דאן איז דאס געוויס: "ברעיקינג ניוס אויף ק.נ.א."!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברעיקינג ניוס אויף ק.נ.א.: אויס חרדי'ש!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext