בית פורומים היימישע קרעטשמע

קול ברמה צו "הייד פארק"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/9/2005 19:41 לינק ישיר 
קול ברמה צו "הייד פארק"

ענדליך זעץ איך מיך שוין אראפ שרייבן אפאר ווערטער, קיין שרייבער בין איך דאך נישט, יעדעס ווארט צו טייפן און שרייבן נעמט מיר 'א יאר מיט א מיטוואך' (שוין באהאנדלט געווארן אמאל אין איינע פון אונזערע געהענגעל'ס...), ענדליך דער ארטיקל איז שוין פארטיג, מגיה געווען, איך דרוק שוין דעם 'שלח הודעה' און בופס... ס'נעמט נישט קיין עק, ער רירט זיך נישט, דער קליינער וועלטעלע אויבן אויפן רעכטן ווינקל פונעם קאמפיוטער דרייט זיך און דרייט זיך און נאך א פינף-צען מינוט ענדליך דער וועלטעל שטעלט זיך אפ און The page cannot be found באווייזט זיך אויפן סקרין.

וואס גייט דא פאר? מיר שרייען אויס הילכיג און מעכטיג:

הייד פארק האב אביסל רחמנות!!! מיין צייט... מיין געדולד, מיין האראוואניע און וואס נישט...

גייט דאס קומען צו א ענדע???

איך ווייס נישט צו מיין ארטיקל איז יא ארויף צי נישט, צי וועל איך דאס דארפן איבער שרייבן-טייפן צי נישט, ווער ווייסט? אה אקעי, כ'על צוריק קומען באלד כאפן א בליק זען וואס איז געווארן. און גארנישט אלעס ביים אלטן! פינף מינוט ארבעט ער יא דערקעגן צען מינוט נישט, און אפילו - לאמער זאגן - ס'מער יא געלונגען, דאס מזל האט מיר גוט געשפילט, און כ'אב פונקט אנגעטראפן די פינף מינוט וואס 'הייד פארק' כאפט יא, רירט ער זיך קוים, ביז מ'דערזעט זיך מיט עפעס א אפענעם בלעטל קען דער גרינער גאל ארויס (ווי קומט דאס דא אריין? עניוועי אויך שוין אמאל באהאנדלט געווארן).

און גארנישט, ווארט נאר ווארט, ענדליך דער אשכול\בלעטל צועפנט זיך שוין, איך סקראול אראפ מיטן מייזל צו זען מיין ארטיקל און דא ווערט מיר טונקל פאר די אויגן, וואס איז? מיין לאנגע אנגעהארעוועטע ארטיקל איז נישט ארויף, איננו, ס'נישט דא.

איך האב שוין קיין כח, געדולד און נערוון צו דעם, ס'ווערט ערגער פון טאג צו טאג, די לעצטע פאר טעג איז שרעקליך, גייט דאס אמאל נעמען א ענדע?

===
איך האף כאטש אז די תיקונים וועלן נישט נעמען א יאר מיט א מיטוואך און וועלן זיך באלד ארויפגליטשן

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 22/09/2005 19:48:10



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 23:58 לינק ישיר 

איך שטעל מיך דא צו צו די ריף פונם דיין שליט"א.

עד מתי!!!


איך האב נישט קיין סאך צייט, כ'דארף דאך ערלעדיגן די ד' מינים, צוענדיגן אפאר קלייניקייטן פאר די סוכה, און גארנישט, הייד-פארק רעכנט זיך נישט מיט מיר.

די אלע וואס ווארטן פאר אן ענטפער פון מיר, העלן מוזען ווארטן אז הייד-פארק זאל זיך פארבעסערן, אדער אויף חול המועד ווען כ'העל נישט זיין אזוי ביזי.

ואתכם הסליחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 02:19 לינק ישיר 

קודם שלעמאלייכעמ אייך א 'יידישער יינגל', איך זעה יעדער פרייד זיך אזוי צו אייך, וועל איך מעך אויך פרייען.

דערנאך, א גרויסן שערקויעך פאר די אייצע טויווע (האגאמ די יעצטיגע טעגיווע ווערט געשריבן אויף ה"פ...).

דער פראבלעם איז אבער מיט 'הייד פארק זעלבסט' אן די טעגיווע'ס פראבלעמען.

ער איז די לעצטע פאר טעג שרעקלעך, מ'קען כמעט נישט אנקומען צו קיין פארעמ'ס, אויב יא פעלט דערפון אלע עשקוילעמ, בעקיצער ס'קרוכט אויף די נערווען.

יידעלעך שרייט ע ד מ ת י ! ! !


תוקן על ידי - זארעכפעפער - 23/09/2005 2:20:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 01:45 לינק ישיר 

שלום עליכם jewboy
כ'האב באקומען דיין קאלל אבער כ'האב נישט געוויסט ווי דיך צו געפינען. האב איך בודק געווען די קאללער איי די און געזען האסט געקאלט פון
HEIMISHA SHTUSAM
נעקסטיים וואטש אייט פאר די קאלסט דריק סטאר סיקטי סעווען...

כ'האב הנאה צו פארברענגן מיט דיר אין איין קרעטשמע

זעצדעך אנידער און שפיר דיך היימיש.

איינער שישקעט מיר אין אויער כעזאל שרייבן "ווער צוזעצט" אבער יעצט פאר א' סליחות
ליצנות האט אויך א שיעור

תוקן על ידי - קרעמער - 23/09/2005 15:39:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 22:42 לינק ישיר 

דטרבקי;

וואס בעגעניגסטו זיך מיט סתם א אויסשריי "וועלקאם"?

זיי אים מכבד מיט קאלטס און ווארימ'ס... פרעג אים וועלכע קאליר לעבל דזשאני וואלקער ער גלייכט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 21:50 לינק ישיר 

welcome jewboy to our
קרעטשמע!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 20:55 לינק ישיר 


פעפער באטשי. סתם א עצה טובה.

קיינמאל באט קיינמאל נישט שרייבן קיין לאנגע ארטיקלן אויף ה"פ, שרייב עס אין ווארד אדער ערגעץ אנדערש, און דערנאך מאך קאפי & פעיסט.

נאך אזאך, מוזט נישט ווארטן ביז ס'שיקט זיך, גיי באזוך ביזדערווייל אנדערע פלעצער און נאך אפאר מינוט גיי צוריק צו ה"פ.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/9/2005 20:34 לינק ישיר 


ראבביי פעפפער פליז

אשכול?! וואס איז דאס?

צי דארף מען נישט שרייבן "עשקעל"
??






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 20:02 לינק ישיר 

קרעמער אזוי פלעג איך זיך אויך פירן ווען איך פלעג נאך האבן צייט צו שרייבן לאנגע ארטיקלן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 19:52 לינק ישיר 

יא, גוט, פיין, א עצה פארן ארטיקל

אבער 'דער הייד פארק' נערוון קריכער, וואס וועט מיט דעם זיין?

ער רירט זיך קוים!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 19:47 לינק ישיר 

איין עצה וואס איך נוץ אפט. איך COPY די גאנצע ארטיקל, לייג עס אוועק אין א ווארט פייל, אויף א שפעטערדיגע געלעגנהייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קול ברמה צו "הייד פארק"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext