| נשלח ב-26/9/2005 01:29 |
|
| |
האט איר געוואוסט אז...
...אין 1938 איז א קעטעגארי 3 שטורעם אנגעקומן קיין ניו יארק? (credit for yingatchbp).
...ביז 1937 פלעגט מען פארקויפען אינטער וועש נאר אין באקסעס, כדי מענטשען זאלן נישט ווערן אפענדעדט.
{די קאמפעני jocky, איז געווען די ערשטע צו פארקויפען אין דורכזיכטיגע בעגס}.
תוקן על ידי - nafcha - 26/09/2005 1:30:00
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 01:01 |
|
| |
אבי נישט 'קרעמער'...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2006 00:11 |
|
| |
...אז אין בית הכבד אין די לעצטע מאביל געזאלין סטאנציאן אויף נוי יערזי 17 נארט צווישען די גרעפירי אויפן וואנט ממש לעבן דעם טיר שטייט הוטקע און אידישע אותיות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 21:54 |
|
| |
ערעב מאטעס;
צוערשטנס שלום עליכם אייך, ווייזט אויס אז צווישן יום כיפורים און פורים האט איר נישט קיין צייט אריינצופאלן אין די קרעטשמע, ווייל די לעצטע מאל איר זענט דאהי געווען האט איר זיך געקריגט מיט אונז אז איר קענט שוין אויספאסטן און מיר שטייען נאך איינגעהילט אין די ווייסע קיטלן און טליתים און קלאפן על חטא (צו אונזער מזל האבן מיר דאס געליינט הערשט נאך די קאלטע בראנפן און ווארימע קאווע פארביסן מיט געשמאקע קאקאש קעיק).
שנית, וויל איך אייך אויפמערקזאם מאכן אז איר האט נאך א שמחה, ווייל אין שמחה אלא בבשר שטייט אויך, און איר בייסט אריין אין אונזער פלייש מיט אייערע תגובות... אבער מיר ווייסן דאך אז אין מערבין שמחה בשמחה, אלזא איז בעסער זיך צו האלטן מיט איין שמחה און שוין.
אגב, ברויך מען פרעגן דעם חשוב'ן דיין אויב עס איז בכלל ערלויבט צו טרינקן וויין אום חודש אדר!?! ווייל אין חודש ניסן געפונען מיר אז מען טאר שוין נישט עסן קיין מצה פון ראש חודש, כדי מען זאל דאס עסן צו דער זעט, נו, וואס איז די וויין פון פורים עפעס א מפיל קינד? מוז מען איר דען נישט טרונקן מיט א הונגעריג בייכל? פון די אנדערע זייט ווייסן מיר דאך אז וויין האט אן אנדער דין אפילו לגבי פסח, ווייל אום ערב פסח זענען דא שיטות אז וויין מעג מען יא טרונקן (זעה די שיטות אין שו"ע אדער פרעג דעם דיין, איך ווייס נאר פון וואס איך געדענק אז "טובא מיגרר גריר", אויב מען טרונקט אסאך וויין, טוהט דאס אנרייצן דעם אפעטיט פאר "נאך").
ילמדנו רבינו...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 20:39 |
|
| |
ר' נאטורליך.
ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם בורא פרי הגפן... לחיים טובים ולשלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 20:18 |
|
| |
ר' מטות, זיישע מוחל טרינק פאר מיר א גלעזעל משקה ווי אמשנעלסטענ'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 20:13 |
|
| |
א גוטן חודש.
בשעת איר זאגט יעצט אין דעם ביטערן גלות דעם תפילת יו"כ קטן, האב איך שוין דא, אין ארץ-ישראל אריין געטרעטן מיטן רעכטן פיס אין חודש אדר אריין.
דא, איז שוין מרבין בשמחה. ביי מיר איז די שמחה טאפלט, ערשטנס צוליב דעם וואס איך טרינק יעצט א גלעזל משקה מקיים צו זיין דעם מאמר חז"ל אין מסכת פסחים: "אין שמחה אלא ביין" און צווייטנס ווייל דער אור החיים הקדוש אין פרשת כי תבוא זאגט: "אין שמחה אלא בישיבת ארץ-ישראל".
וגם חרבונה זכור לטוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 19:47 |
|
| |
to the thing;
די בעסטע עצה איז אז דו זאלסט האבן א קאפיטשקע געדולד און אויסווארטן ביז די דף ענדיגט טענה'ן, דאן וועסטו נישט האבן קיין שום פראבלעמען. אויב עס נעמט צו לאנג, באשעפטיג זיך אין עפעס אנדערש דערווייל, אדער כאפ א דרימל..
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 19:36 |
|
| |
טוטינג
פאר דעם "שלום פרייז" איז נאטורליך זייער א ווייטע קאנדידאט ווי מזעט ער רעכענט זיך אפ מיט יעדן.
פאר דעם "פוליצער פרייז" וואלט איעדער געשטימט פאר אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 18:37 |
|
| |
שנאפס
איך מיין אז ר' מאטעס וואונט אין ארץ ישראל, און מסתם ווען ער האט עס געשריבן איז שוין געווען דארט ערב ראש חודש
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 18:35 |
|
| |
if i cant manage to get hebrew if i'm lazy to get writing permission in other forums how can i beat natirlich
1day he'll get the nobel peace prize
i've read a lot nobody beats this guy
!sombody help if i start writing while hadaf bitina everything gets erased when hadaf bitina goes away ?any way to prevent this
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 18:29 |
|
| |
אז ווען ר' מאטעס האט אנגעשריבן זיין פשעטיל האט ער שוין געהאלטן נאכן טרינקען אביסעל שנאפס?
ערב ראש חודש אדר איז היינט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 18:28 |
|
| |
TOTHETHING;
איז דאס א רמז אז דו פלאנסט צו שרייבן די היי יעריגע טאגבוך אנשטאט נאטורליך? וועט עס זיין אין אידיש? ענגליש?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 00:20 |
|
| |
מאטעס;
תוקן על ידי - קרעמער - 27/02/2006 1:14:39
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2006 23:26 |
|
| |
האט איר געוווסט...
אז היינט, ערב ראש חודש אדר, איז דער טרויעריקסטער טאג אין יאר?
ווי אזוי? הערט א פשעטל, די גמרא זאגט: "משנכנס אב ממעטין בשמחה" דאס הייסט: פון אב אן דארף מען כסדר, מינערן מיט שמחה. ביז ווען? דאס שטייט נישט געשריבן.
ביי חודש אדר, זאגט ווידער די גמרא: "משנכנס אדר מרבין בשמחה" דאס הייסט: פון אדר אן דארף מען כסדר, מערן מיט שמחה. אויך דא שטייט נישט געשריבן ביז ווען?
קומט אויס לויטן פשט, אז ערב ראש חודש אדר, איז דער טרויעריקסטער טאג אין יאר, און ערב ראש חודש אב איז דער פריילעכסטער טאג אין יאר.
פארשטאנען? שטימט דער חשבון?
|
|
|
|
|