בית פורומים היימישע קרעטשמע

א גיט געבענטשט יאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/9/2005 04:35 לינק ישיר 
א גיט געבענטשט יאר


אזויווי עס דערנענטערט זיך דער יום הדין, וואס אפילו די פיש אין וואסערן ציטערן פון דעם,{דרך אגב, איך האב ערגעץ געזעהן א טעם פארוואס די פיש ציטערן, ווייל ראש השנה עסט מען א קאפ פון א פיש...} און ווער קען זאגן זכיתי לבי, מילא אויף די עבירות שבין אדם למקום קען מען תשובה טאן, זיך אויסוויינען פארן אב הרחמן, אבער די עבירות שבין אדם לחבירו איז דאך אפילו יום הכיפורים אינו מכפר עד שירצה את חבירו.
נא! וואס טוט מען דא!.

על כן וויל איך דא איבערבעטן יעדעם איינעם,
בראש וראשון וויל איך בעטן מחילה פון "מר. קול מבשר", די טוסט אונז אזוי שיין מהנה זיין, און אונז האמיר דיך גענומען פאר א ציל-ברעט חוזק צו מאכן פון דיר, כ'האף אז די וועסט אונז פארגעבן, אונז האמיר חס ושלום נישט געמיינט דיך פערזענליך. ובחדא מחתא וויל איך דיך טאקע באדאנקען, אז די ביסט אונז אייביג געשטאנען צו הילף, ווען אונז האמיר נישט געהאט וואס צו טון.

נאכדעם וויל איך איבערבעטן די אלע אידן, וואס קענען נישט סובל זיין ווען מ'שרייבט א פינטעל נאך די גענזען פיסלעך, אדער איינגערונגעלט, ווי אויך די אלע וואס טוט זיי וויי ווען איינער שרייבט און אנשטאט אין וכן להיפוך, אדער צו אנשטאט צי וכן להיפוך, וכו' יכלה הזמן והם לא יכלו.

און צום לעצט וויל איך איבערבעטן אלע חשוב'ע גולעשים, טאמער האב איך אמאל פוגע געווען אין איינעמס כבוד, אדער טאמער האב איך נישט גענוג קאמפלימענטירט, אדער טאמער האב איך נישט געגעבן פאר איינעם דעם גרינע מענטשעלע ווען ער האט געהאלטן אז עס קומט זיך אים.

זאל דער אייבערשטער העלפן, עטס זאלטס ענק אלע אויסבעטן א גיט געבענטשט יאר.

א כתיבה וחתימה טובה, ווי עס וואונטשט נפחא, כעת מנהל משנה ב"היימישע קרעטשמע".

תוקן על ידי - nafcha - 29/09/2005 23:25:54



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:59 לינק ישיר 

שוין עניוועי, לאמעך דיך נישט שטערן פון דיין אייביגע רוה, תנוח בשלום על משכבתך, און ס'טאקע געווען א קורץ און שארף'ס...

און ועל כולם טאקע א 'בשורה טובה'...

און שוין דא דער פארק איז אויך קראנק יעצט, האב מער א גוטע נאכט

ווי עס וואונטשט פון עלמא הדין
זארעכ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:59 לינק ישיר 

זרח'ל וואס ווילסטו פון הוטקע'ן, לאז אים זיך צוריקקערן לשקו ולתעניתו.

תוקן על ידי - קרעמער - 12/10/2005 2:59:39



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2005 02:55 לינק ישיר 

נו נו איך שפיץ די אויערן צו הערן קורץ אין שארף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:53 לינק ישיר 

הער אויס, ווייל איך גיי זאגען קורץ און שארף. מיר האבן גורם געווען א תשובת רבים. אין יאהו (איך האב שוין געקענסעלט מיין GMAIL וואס איז אדווערטייזט דא אויפן פורום) קומען מיר אן בריווען פון אלטע ליינער און שרייבער וואס שמועסן זיך דורך וויאזוי זייער נייע לעבן גייט. ברוך השם. ברוך השם. ברוך השם. לאמיר האפן אז די וואס וואקלן זיך נאך זאלן זיך מיטכאפן מיטן וואגן. שובו בנים שובבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:50 לינק ישיר 

הער, מ'זאגט נאך פון צדיקים, אז איינער ברענגט בשורות טובות, איז זיך אליהו הנביא - דער איש פקיד על כל בשורות טובות - מתלבש אין דעם מענטש.
דעריבער ברענג אונז נאר גוטע בשורות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:38 לינק ישיר 

קודם האב איך געברויכט זעהן אויב איך האב רשות. יעצט געב מיר אפאר מינוט וועל איך דיר געבן אויפן שפיץ גאפל א באריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:37 לינק ישיר 

נא מיר ווארטן, מיר זענען אויסגעהונגערט נאך עפעס בשורות טובות פון יענע וועלט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:35 לינק ישיר 

לאמיר זעהן אויב איך האב נאך דא רשות כתיבה. אויב יא, וועל איך ווייטער שרייבן אי"ה. איך האב א פאזיטיווע באריכט פון די וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:33 לינק ישיר 

איך זעה דא אין דעם ערשטן בלאט פון דעם אשכול, אז 'הוטקע ע"ה' האט אונז צו געווארפן זיינע ווארימע וואונטשן פון יענע וועלט.

ווי באקאנט איז מען דאך ראש השנה דן על החיים ועל המתים, דעריבער לאמיר איהם צוריק שיקן אונזערע ווארימע ברכות מעלמא הדין:

דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין בעלמא דקשוט ארויס צו גיין זכאי בדין. אמן

אגב, וואס זאגט עפעס צו אונז אויף יענער וועלט?
ווארט אונז א גוט יאר בעזהשי"ת?
איז געווען עפעס גוטע מליצי יושר פאר אונזער וועגן?

ברענג אונז עפעס בשורות טובות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 21:57 לינק ישיר 

געשמאקער קינד
אפשר ביסטו בלינד
האסט דיין אויג נישט גענוג געריבן
מפוקל האט דיין ניק יא געשריבן
קומענדיגע מאל קוק בעסער
אדער קויף אויגן גלעזער
וויין נישט ווי א בעיבי
ס'וועט דיר נישט העלפן סייווי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 19:35 לינק ישיר 

mefikel

and what am i?


just a nafcha?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 19:28 לינק ישיר 

You are the POPE!




תוקן על ידי - mefikel - 30/09/2005 19:27:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 19:11 לינק ישיר 

פיקעל.

יו די מען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 19:08 לינק ישיר 

מה נאמר ומיינע ווייבער!

את חטאי אני מזכיר, איך בין נישט מער ווי א קליינע מענטשעלע א יקל-מפוקל, און אזוי ווי איך בין ל"ע NOT2BZ איז נישט מער ווי נאטירליך אז איך בענ-עדיקטעט צום קרעטשמע, און ס'איז סאך גישמאקער צו שרייבן אייגנ'ס ווי צו קאמפלימענטירן זרח'ן.

מיט דעם אלעם, אזוי ווי ס'קומט יעצט א נייע יאר, און יעדער קוקט זיך אריין און זיין אייגענעם קרעמעל, און מאכט זיך א חשבון הנפש, און מ'בעט זיך ווי א בן-הרחמן זיי מיר מוחל, דעריבער, נפחא איך דא אויס בקול רם," זייט'ס מיר אלע מוחל" .

א גוט געבענטשט יאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 15:17 לינק ישיר 

שלום עליכם hutkh

וויאזוי פילסטו?

וויאזוי איז געווען דיין וועג אהער?

וואס זאגסטו צו אונזער נייע נאמען?


א כתובה וחתומה טובה פאר אלע שרייבערס און ליינערס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א גיט געבענטשט יאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext