בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברכת השנה - פאר קרעמער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/9/2005 03:53 לינק ישיר 
ברכת השנה - פאר קרעמער

היות אונזער חשובער אומפארגעסליכער געוועזענער מנהל קרעמער יר"ה איז פאקטיש געווען דער מייסד ומנהל הפורום, דעריבער מיין איך אז ער פארדינט א באזונדער אשכול, ווי אלע חברי הפורום, שרייבער'ס ווי באזוכער און דורכגייער צוגלייך, זאלן אים אפגעבן זייערע וואונטשן צום נייעם יאר.



ברכת השנה - פאר קרעמער



שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגעריקט פונעם נייעם יאר, שפיר איך א ספעציעלער חוב אויסצודריקן מיינע לויב ווערטער פאר אונזער באלימטן געוועזענעם מנהל, קרעמער יר"ה, און אים ספעציעל צוטיילן מיינע וואונטשן צום נייעם יאר הבעל"ט.

חשובער באליבטער געוועזענער מנהל:
זייענדיג א מיטגלידער אין אייער קרעטשמע האב איך אייך קענען געלערנט אלץ א זעלטן קלוגער און באלערנדער מענטש. איר פארמאגט אין זיך אייגנשאפטן און כשרונות וואס מ'טרעט זעלטן, זעלטן מ'זאל זיך באגעגענען מיט א מענטש וואס זאל כולל אין זיך אזויפיל כשרונות וואס מ'זעט ביי אייך. עס איז באמת א געשמאק צו ליינען – איך מיין א חוץ פון אייערע געשמאקען שרייבערישן סטיל וואס דאס איז א פרשה בפני עצמו - אייערע טיפזיניקע געדאנקען, אייערע אינטערסאנטע באשרייבונגען און באלערנדע ארטיקלן, אינטערעסע'דיגע אשכולים און צוציענדיגע טעמעס, און ווער רעדט נאך פון אייערע תוכנ'דיגע שארפע תגובות וואס זענען אלעמאל געווען קורץ שארף און צו דער זאך.

א מסכת בפני עצמו איז אייער ברייטער ידיעות התורה, באמת א תלמוד חכם ויודע ספר, סיי אין מסכתות הש"ס; סיי בעניני הלכה; און סיי בעניני חסידות. אויך איז נישט ארויס צו לאזן אייער ברייטע באקאנטשאפט אין עניני הויית העולם, וואס לויט ווי מיר האבן געליינט אין אייערע ארטיקלן זענט איר אין דעם אויך נישט קיין גרויסער ע"ה.

עס איז באמת א פארלוסט אז מיר וועלן ווייניגער קענען געניסן פון אייער אנוועזנהייט.

אלענספאל ווילן איך אייך אנוואונטשן פון טיפן הארצן, השי"ת זאל אייך פארשרייבן א זיס יאר, א לעכטיג יאר, א יאר וואס דו זאלסט זוכה זיין צו ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה, הן בגשמיות והן ברוחניות, ובכל אשר תפנה תצליח.

וואו עס וואונטש דיר דיין פריינד
זארעכ

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 30/09/2005 3:52:41



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2005 21:51 לינק ישיר 

Wow!!! welcome Maflitza, you came back! for a change you didnt came with all your pictures at your signature, keep it up



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 22:46 לינק ישיר 

טייערע ראש הקהל;

זה דרכם כסל למו, ווען נישט ס'איז ערב ראש השנה, כ'מיין נישט אים שבת גערעדט..., וואלט איך געזאגט אז אפשר פארגינען זיי נישט קרעמער'ן די אלע מעלות ושבחים, אבער אזוי ווי ס'דעך ערב ראשאנאנע לאמער זיין דן זיין לעקאפזעכיס, אז זיי ווילן אונז פאשעט פארבעסערן און אויסלערנען אויף נעקסט טיים...


-----
ר' באבלאזענער;

גערעכט טאעס לעאוילעמ כויזער.

נא אפשר ווייסט איר, פון וואו נעמט זיך טאקע דער טעות?...
נא ווער ווייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 21:07 לינק ישיר 

ווי אזוי פלעגט די באבע זאגען,

א געזונט יאר
א נחתדיגע יאר
א פרייליך יאר
א יאר מיט אלעס גוטס

דערנאך פלעגט זי דערלאנגען א נאסע קוש



תוקן על ידי - yingatchbp - 02/10/2005 21:06:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 14:23 לינק ישיר 

זארעעעחך וואס זאגסטו צו די חברה דא??..., קעגן 'תיקון ע"י..... פירן זיי א גאנצע מלחמה, אבער צו פארדרייען אזא וויכטיגער אשכול האבן זיי קיין פראבלעם ניט...

צוריק צום ענין:

קרעמער כ'האף די פארשטייסט איך בין פארט נישט דער דיין רעב זאארעכך טא איך מוז נישט אזוי לאנג דריקן דיין האנט מיט די אויגן פארגלייזט און וואונטשן אזוינע לאנגע ברכות, כ'על עס מאכן קורץ און שארף:

דער אייבירשטער זאל העלפן איר זאלט האבן א שנה טובה מתוקה ומבורכת, מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, מיט סייעתא דשמיא אויף אלע געביטן, אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 05:53 לינק ישיר 

נאך א טעות וואס דו האסט געמאכט זארעכ אז דו האסט נישט געגעבן א קיין בירכעס האשאָנע פאר קרעמער נאר איהם מספיד געווען,

עניוועי לאמיך איהם טאקע אויך אנוואונטשן פאר קרעמער, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א זיס לעכטיג יאהר מיט אלעם גוטען בעראכניעס איבעגאשמיעס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/9/2005 04:57 לינק ישיר 

זארעכ;

די האסט יעצט געמאכט די אומפארדריסליכע טעות וואס אסאך אירע מאכן, די פורם האט מייסד געווען הוטקע זי"ע. השם ירפאהו ויחלימהו.


'וטעות לעולם חוזר'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברכת השנה - פאר קרעמער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext