על גאור'ס תקיעת שופר דרשה
דער געוועזענער (וואס נאר?) על גאור האט נעכטן מיטוואך געהאלטן א פלאם פייערדיגע דרשה אין ניו יארק. צווישן אנדערע האט ער שטארק ארויסגעברענגט די ירידת הדורות פון די היינטיגע וועלט, אז מיר זענען ממש צוגעקלעבט צו די סקרינס און מען פארברענגט די צייט מיט שטותים והבלים.
עס איז געווען אן ערהאבן בילד צוזעהנדיג ווי דער ערפינדער פונעם אינטערנעט רעדט זיך אפ אויף די ירידת הדורות, אין א בחינה פון עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה שהיא רעה (פארשעמט איז די טייגל וואס דער בעקער אליינס זאגט עס אז עס טויג נישט).
http://www.breitbart.com/news/2005/10/06/D8D2IU703.html
לאמיר האפן אז די דברים היוצאים מן הלב (...) וועלן זיין נכנסים אל הלב. (  )
|
|