דער הייליגער בארדיטשובער פלעגט ערב יום כיפור גיין אין קרעטשמע, זיך צוקוקען ווי אידן עסן און טרינקן און ביינאכט קומען זיי אין שוהל און רעכטן אפ א כל נדרי ווי ער באדארף צו זיין, און האט ממליץ טוב געווען פארן בורא כל עולמים: ווען א גוי עסט און טרונקט א גאנצן טאג, ליגט ער ביינאכט אונטערן באנק און כראפעצט, אבער ישראל קדושים, מי כעמך ישראל, עסן און טרינקן א גאנצן טאג, און ביינאכט קומען זיי זיך צוזאם אין שוהל מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט!!!!!!
|
|