בית פורומים היימישע קרעטשמע

ווילאנג ליגט עס שוין ביי ענק אויפן טיש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2005 19:51 לינק ישיר 
ווילאנג ליגט עס שוין ביי ענק אויפן טיש

ווילאנג ליגט שוין די שבתדיגע טישטוך ביי ענק אויפן דיינוג רום טיש?
ביי מיר ליגט עס שוין פון ערב שבת פאר ראש השנה און עס גייט מן הסתם ליגן ביז מוצאי שבת נאך שמחת תורה
ביי מיין שווער ליגט עס שוין פון א דענערשטיג פאר ערב ראש השנה און עס גייט ליגן ביז א זונטיג נאך שמחת תורה



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2005 20:14 לינק ישיר 

וואטס דאון איך בין ווייטער מיט דיר אין די זעלבע דרגא.

בן הרחמן איך האב עס טאקע איבערגעלאזט פאר די אשת חיל זי האט זיך אליינס געמוטשעט צו טרעפן די קנייטשן, זי קען אנגערופן ווערן אשת הרחמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 07:30 לינק ישיר 

איך האב מיך אזאנס געפלאגט צוזאמען צו לייגן די טישטוך ווייל ס'האט פארלוירן אלע סימנים און קנייטשן במשך די
צייט וואס ס'איז געליגען אויפן טיש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/10/2005 03:57 לינק ישיר 

ב"ה מען האט שוין אראפ גענומען די טושטיכער איך האב שוין כמעט געהאט פארגעסן די קאליר פון מיין טיש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/10/2005 18:44 לינק ישיר 

איך בין מיט וואטס דאון אויף איין דרגא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 03:56 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס איז געווארן מיט'ן "הושענה באנד"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 00:44 לינק ישיר 

שלום עליכם יגר סהדותא!

עס איז דא צו באקומען קליינטשיגע דינטשיגע 'הושענא' פלוגבלעטלעך וואס מען קען האלטן אויפן שפיץ פינגער און רואיגערהייט ארומשפרייזן מיטן ראש הקהל'דיגן אתרוג ווי ביים זיידן אין וויינגארטן ארום דעם גאנצן בימה אן מורא האבן אז די אתרוג וועט זיך צוגראדזשענען פון די שפיצן פונעם זאגערל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2005 22:48 לינק ישיר 

שעמעדיג, איך קוק דעם פורום גאר א קרעטשמע, לאמיר פרובירן

אזויפיל מוז זיכער זיין, שלום בית וועלן מיר האבן זייער גוטע, מען לייגט צוזאם איין טאג די וואכענדיגע טלית איין טאג די שבת'דיגע וחוזר חלילה, קען נישט שאטן

ווי האט דער אונגארישער יונגערמאן זיך צוכליפערצט איין טאג, מיין ווייב איז אזא געשיקטער, זי צוגריקט זיך נאך איידער איך האב דעם געלעגנהייט עס צאמצולייגן

ווייסע טישטעך אהער, ווילאנג ס'ליגט אהין, מיין פראבלעם איז וויאזוי שלעפט מען סוכות דעם טלית אויפן רוקן די אתרוג מיטן רעכטן האנד, די לולב צווישן דעם אגודל אינעם אצבע... און דא פליהט אראפ דאס גארטל

מי שאמר לצורתי די... אין הושענא רבה מיט די ערבות, איך וויל בעסער נישט טראכטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 19:57 לינק ישיר 

ביי מיר ליגט עס ביז מוצאי שבת 5 מינוט נאכ'ן זמן.
איך האב א מאהל געהערט אז עס איז א סגולה צו פרנסה צו לייגען דעם טישטוך דאנערשטאג נאכט. קען איינער פעסטשטעלען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ווילאנג ליגט עס שוין ביי ענק אויפן טיש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext