איך דריי זיך ארום אנע קאפ, א טאש אנגעפולט מיט טשעקס, בלי שום גוזמא כמעט א מיליאן דאלער (מיט א בית), אבער אז עס איז נישט גרין איז עס גארנישט ווערט, כ'מיין נישט ממש גארנישט, מען קען דאס נוצן פאר אשר יצר פאפיר, אבער נישט פאר קיין וויכטיגערע צוועקן, בפרט יעצט ווען עס איז אויסגעפאלן פונקט ערב יום טוב שבת ראש כיפור יום השנה גדליה אזוי ווי היי יאר ווען צום ימי עשרת איז צווישן שובבים רבה און הושענא זאת קטן א וואך פאר פורים בטבת תענית און גלייך נאכדעם קומט שוין מוצאי בה"ב שמחת עצרת תורה מתן אוי איך בין שוין אביסל פארפארן, איך האב ווייזט אויס צי פריה מקיים געווען דעם מצות עשה וואס שטייט אין אלע דריי היימישע צייטונגען געספאנסערט דורך קדם אז מען מוז טרונקן צוויי גלעזער וויין צוויי מאל א טאג פסח שבועות און סוכות.
האט מיר א פרייליכן יום טוב און גרינע קעש מיט אסאך צייט.
תוקן על ידי - קרעמער - 17/10/2005 6:21:12
נשלח ב-17/10/2005 19:49
עה איך האב פשוט געשריבן אן אנדערן תגובה אבער דאס איז שוין די לעצטע איך גיי שוין, נישט אהיים נאר דעקן די באנק, אויף דעם דארף איך באלד מער הצלחה חג כשר ושמח צום ווידערזעהן אין די סוכה
עס איז געווען א געוואלדיגע הנאה און פארגעניגן אייך צו האבן אין די קרעטשמע אין די אנגעצויגענע ערב יום טוב מאמענטן!!!
א גוט יום טוב
נשלח ב-17/10/2005 19:40
קאמעראד כאווער;
כ'מיין דיין האלבע שעה לויפט שוין פארביי. אלזא: יישר כח פאר די גוטע אונטערהאלטונג!!!!
איט וואז א פלעזשער!!!
נשלח ב-17/10/2005 19:39
קאם איין כאפ מיר נישט ביים ווארט, חאראשא???
נשלח ב-17/10/2005 19:38
איך מיין גאר אז דו ביסט א רוסישער (ליגנער) ווייל ס'זענען זיך נישט פארלאפן קיין צוויי מינוט פון מיין תגובה ביז דיין
נשלח ב-17/10/2005 19:35
איך קלער אז איך בין א אונגארישער ווייל צוויי מינוט בין איך געווען דערשראקן ווער ווייסט צו די הערסט מיך קלונגען דא פון מיין אפיס
נשלח ב-17/10/2005 19:34
אלעס פיין און וואויל, אבער איך גלייב נישט אז זי האט יעצט 'צייט' אראפצוקומען.
אגב; ווער קלינגט דארט אין די בעקגראונד צום וויפלטן מאל?
נשלח ב-17/10/2005 19:32
דו ביסט שוין נישט באלעבאס די נייע באלעבאטים זאגן אז זי קען אליינס אראפקומען, זיי טאנען אז סיז נישט קיי טעק אוט
נשלח ב-17/10/2005 19:27
ווייסטע וואס?
טראג אהיים א פלעשל גאלדענע חתונה... מעלד מיר די רעזולטאטן
נשלח ב-17/10/2005 19:11
ניין ס'איז פשוט איך האב מורא אז איך קום אהן אהיים כאפ איך צוזאמען מיט די אשת חיל א נערווען צוזאמבראך, האב איך מיך אריינגעכאפט אין קרעטשמע צו ברייט מאכן די נערווען מיט א הייניקן אין מיט גאלדן וועדינג, איך האף אז אינדערהיים וועל איך האבן די זעלבע גיסטע, לויט די טעלפאונס וואס איך האב היינט שוין באקומען איז צרות מיט ביידע פינגערס אויף אראפ.
קרעמער איך לאך נאך איצט
נאדיר אזא 20 מאל ווען איך האב ווען פון די דאבעל שיק איך דיר עס גערן
נשלח ב-17/10/2005 18:57
וואס רעדסטו? מיר האבן א משגיח תמידי פון 'התאחדות'...
נשלח ב-17/10/2005 18:41
אה אבער איך האף אז אין קרעטשמע פארשעמסטו נישט די וויין, מסתמא איז נאר דא מבושל ווייל ווער ווייסט ווער עס קען דא אריינפאלן אין קרעטשמע
נשלח ב-17/10/2005 17:53
גלייב מיר אז זינט איך בין פארנומען מיטן אויפהאלטן די קרעטשמע, קום איך נישט אן צו ליינען קיין צייטונגען. איך געדענק אבער די קול קורא'ס איבער די וויין געטרונקעריי פון מיינע קינדערישע יארן (ווען איך פלעג עס נאך מקיים זיין).