ווען איר ווילט וויסן נייעס ווי גייט איר קודם
צו קול מבשר 212-990-7400
אדער צו וואס איז נייעס http://vosizneias.blogspot.com/
(שרייבנדיג די שורות דערמאן איך מיר אז אין קרית יואל איז אמאל געווען א האט ליין וואס מען האט געקענט הערן די וועטער און שמחות אפשר נאך זאכן איך געדענק נישט עס איז געווען אנגעפירט דורך די דעמאלסדיגע בעל הבית פון די קרית יואל בולעטין)
נשלח ב-27/10/2005 23:36
גערעכט מ.ב.קרעמער בדרך אגב מ'זאגט נאך פון סאטמאר רב ער האט געוואונט אויף 550 בעדפארד עוו, האט ער אמאל געזאגט בדרך מליצה וואס פשט פון די צוויי פינעווערס, איינמאל פייוו (פייף) איך אויף די וועלט און איינמאל פייווט (פייפט) די וועלט אויף מיר
נשלח ב-27/10/2005 23:33
פייוו קומט מיט צוויי ווין...
נשלח ב-27/10/2005 23:29
מ.ב.קרעמער תיקון טעות טריסיקסטיפייו
נשלח ב-27/10/2005 23:25
איך בין דאהי טווענטיפארזעוועןדרייסיקסטיפייוו אויסער חול המועד און שבת און יום טוב.
מ.ב. קרעמער
נישט פאר 6 גיי איך אהיים און נאך 10 בין איך שוין געווענדליך -אויב אלעס גייט כשורה- שוין אין ארבעט
וואס איז מיט דיר?
נשלח ב-27/10/2005 23:18
יישר כח פארן מיר פארגינען. יעצט זיי מוחל זאג מיר: ווען גייסטו אהיים פון די ארבעט? ווען קומסטו מארגן אריין? איך קען שוין קוים ווארטן ממשיך צו זיין מיט דיר!
נשלח ב-27/10/2005 23:14
איך מיין וואו איך דריי זיך טרעף איך דיר אהן, מ'האמיר שוין גערעדט פון דעם ערב יום טוב אז איך האב פון ביידע ארטיקלן, נו אם כן האב איך דיר אויך פארגינען איך האב געקלערט אז דו זיצט אויך מיט די פיס ארויף
נשלח ב-27/10/2005 22:27
אהא.
דו ביסט אויך פון די וואס מיינען אז איך זיץ מיט די פוס ארויף פאר פרנסה. הא?
איך בין טרוד על המחיה ועל הכלכלה (זאגט מען נישט) טאג און נאכט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! איך גנב'ע נאר אראפ א מינוט פון יעדע צוויי צו כאפן א בליק אין קרעטשמע אויב מ.ב. התאחדות האט זיך עפעס צופירט די הענט...
נשלח ב-27/10/2005 22:20
דארפסט נישט רעדן אפן מ.ב. קרעמער, קענסט שרייבן מיט דיין לעפטאפ אויכעט, דאס איז איינס, אויב דו ליינסט נישט דו פארשט..... פאליטיק אם כן וואס נעמט דיר דארט אזוי לאנג, און חוץ מזה וואס ביסטו אזוי פארטיפט?
נשלח ב-27/10/2005 22:14
לאמיר רעדן צו דיר אפן;
איך ליין טאקע חדשות אנ"ש. אבער דירעקט נישט די ... ... ... ... ... ... ... ... פאליטיק. וועסט באמערקן אז איך בין מגיב נאר אויף נייטראלע, אינטערנאציאנאלע, לאקאלע, אלוועלטליכע, אומאפהענגיגע נייעסן און שטותים כדרכי דא אין די קרעטשמע.
קאפיש? (איטאליעניש פאר 'פארשטאנתא').
נשלח ב-27/10/2005 21:57
איך זעה אז סאם טיימס ביסטו ביזי צו ליינען חדשות אנש, בעפאר האב איך געמיינט אז דו ארבעטסט זייער שווער ממילא האסטו נישט קיין צייט גלייך צו ענפערן אויף די תגובות, אבער פריער ווען איך בין דורך חדשות אנש האב איך דיר געזען דורכן פענסטער פארטיפט אין די געשמאקע ??? סאטמערע פאליטיק, -אפשר איז עס געווען די בולעטין מיט'ן דגוש- איך בעט דיר ווען דו ווילסט אריינגיין אין חדשות אנש, עפן אויף פאר חדשות אנש א נייע ווינדאו אזוי זאלסטו קענען האלטן א אויג ווען איך שרייב דיר צוריק פארשטאנען???, ויהי רצון שיתקבל תפילתי ברחמים וברצון נאדיר צוריק די טאבע
נשלח ב-27/10/2005 21:48
מ.ב. (מרדכי בן?) התאחדות {כ'דערמאן זיך א ווערטל: דער באקאנטער זינגער מרדכי בן דוד האט אמאל געוויילט אויף א שבת אין וויליאמסבורג. דער גבאי וועלכער האט אים געוואלט געבן אן עליה, רופט אויס מיט פאטאס: יעמוד ר' 'מרדכי בן דוד' בן???.... ער ווארט נאך אלץ צו הערן זיין טאטע'ס נאמען?};
יישר כח פארן אויפברענגן דעם 'בולעטין' (מיט אדער אן דעם דגוש, איך כאפ נאכנישט פארוואס עס ברויך א דגוש), ווייל איך בין זיי שולדיג א געוואלדיגע הכרת הטוב... ווי באקאנט קען מען נישט שבת קודש אדער יום טוב הערן קיין נייעס אדער בליקן אויף היידפארק, קען מען דאך ממש אויסגיין פאר ליידיג גיין.
דערפאר האט השי"ת אונטערגעשיקט די 'בולעטין' אויף די פאסט, און דאס איז אומזינסט! און גלייבט מיר בנאמנות, אז ליינענדיג וויאזוי מען האט געבויט דעם וויליאמסבורג בריק... איז די גאנצע זאך געווען גאר אנדערש... איך האב גענוצט דעם ערב יום כיפור בולעטין א גאנץ סוכות... איר קענט מיר פארהערן... יא! איך ווייס אז קרן עזר זינגט ארויס פון מיין שכן'ס סוכה, און נאך אסאך זאכען וואס אין פרידנס-צייטן קום איך נישט אן צו ליינען... אבער ניין טעג יום טוב אן קיין אינטערנעט... צי דעם דארף מען א בולעטין!
נשלח ב-27/10/2005 21:10
מ. ב. קרעמער
איין זאך האסטו פארגעסן די דגוש "בולעטין" (עס דארף צו קומען מיט א דגוש ודוק)
וואסארא נייעס ליינסטו דארט??
תוקן על ידי - התאחדות - 27/10/2005 21:10:36
נשלח ב-27/10/2005 19:28
ווען איך וויל וויסן אלטע נייעס רוף איך אן קול מבשר. ווייל דארט האט ער אלע נייעס פון חדשות אנ"ש וכדומה.
ווען איך וויל הערן פרישע נייעס (בעסער געזאגט: ליינען) גיי איך צו יאהו, וכדומה.
ווען איך האב נישט קיין צוטריט צו די אינטערנעט, רוף איך אן טעלמי. לעצטנס האבן זיי דארט געטוישט די סיסטעם, זיי האבן נייעס פון 'העיונידע' (איך געדענק שוין נישט זייער נומער, דארט פלעגט זיין אסאך אויסוואלן פון נאציאנאלע נייעס, וועלטליכע נייעס, וכדומה). אפילו די אינטערטעינמענט נייעס פון טעלמי שטאמט אויך פון יענע סערוויס (HOLLYWOOD HOTSHEET).