פום פאראפאם פום פאראפאם טירירירירירירירי קומט יעצט אריין די נייעס אין קרעטשמע - געמאלדן דורך סושי123- אז אונזער חשוב'ער מנהל משנה ר' פנחס נפחא שליט"א האט זיך געטוישט ניק צו 'פענסטער'.
לאמיר אים אנווינטשן אסאך הצלחה מיט זיין נייע ניק, זאל ער טאקע קענען זיין דער ריכטיגער משגיח מן החלונות, אכט געבן אויף די קוואליטעט פון די קרעטשמע, און די שויבן זאלן זיך נישט שפאלטן טראץ די פראסטיגע ווינטער וואס ערווארט אונז.
באזונדער וויל איך אים אפגעבן א יישר כח גדול פארן נעתר זיין לבקשתינו ולבקשת אנשי שלומינו און זיך טוישן דעם ניק. כמאמר חז"ל: מעולם לא עברתי על דברי חבירי (שבת קי"ח ע"ב).
נשלח ב-6/11/2005 21:36
נו איך האב נישט געשריבן איסור השגת גבול, אדרבה נעמט מיינע תגובות און באנוצט זיך דערמיט מיט אייער אייגענעם נאמען, דער עיקר נישט לייגן אויף מיר וואס איך האב נישט געשריבן
נשלח ב-6/11/2005 20:32
מפוקל;
איי עם סארי, אבע דיין ווערטל האט שוין געשריבן דיין שכן (?) התאחדות דא.
אפענע פענסטער; אז איך שרייב שוין יא אמאל מיט א זיכערקייט, יעמאלט ווייס איך וואס איך רעדט
אויסערדעם האב איך דיר פארגעסן צו פרעגן צו די 4 אותיות אין דיין תגובה מתוקנת האט עפעס צוטאהן מיט די דריידל אויף חנוכה?? אפשר האט דאס עפעס מיט די ג'וש'פ'נק'א פון התאחדות
איך מיין בכלל נישט מיין כבוד דא נאר די כבוד פון די קרעטשמע און די קאלעגע גולשים, ווי קאמעראד התאחדות.
נשלח ב-28/10/2005 20:03
פון ווי ווייסטו? האסט געטרייט???
נשלח ב-28/10/2005 19:54
נאו לפי ידיעתי וועט דאס נישט העלפן
נשלח ב-28/10/2005 19:53
די ג' ש' ק' פ' וכו'........ קאל מיך אן, איך האף אז ווען כ'וועל רעדן צו דיר, וועסטו יא פארשטיין.
===
אויפן פארלאנג פון קרעמער האב איך עס מתקן געווען
תוקן על ידי - פענסטער - 28/10/2005 20:05:53
נשלח ב-28/10/2005 19:52
מ.ב. קרעמער
איך האב מורא אז דאס איז זייט דו האסט אנגעהויבן מיט מיר א פארקער
נשלח ב-28/10/2005 19:50
וואס גייט פאר מיט מיר? איך געדענק נאך ווען איך פלעג אלעס כאפן (אפילו פעטש), און פלוצלינג בין איך געווארן אזא תמ'עלע אז איך הייב נישט אן צו כאפן אפילו נאכדעם וואס מען צייגט מיר פונקטליך וואו איך קען געוואויר ווערן. וואס קען איך טאן? איך הייב נאך אלץ נישט אן צו כאפן וואס איר שרייבט דא.
נשלח ב-28/10/2005 19:34
קרעמער;
געב א קוק וואס איך האב דא געשריבן, אפשר וועסטו אביסל בארייכערן דיינע ידיעות.
פרש דבריך. איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין. אפשר וואקסן די יאגדעס אינדרויסן פון די קרעטשמע און ווען מען עפנט דעם פענסטער קומט אריין די פרישע ארוימע (זיך צו באנוצען מיט 'נאטורליך'ס אויסדרוק) פון יאגדעס?
אגב, מען דארף אכט געבן ביי די יאגדעס, ווייל איך געדענק פון די מעשה ביכלעך וואס איך פלעג ליינען ליגענדיג אויף דער ערד מיט די פיס אויף ארויף אנגעלאנט אויף די וואנט ביי מיין עלטער באבע וואס האט געוואוינט אין בעיסמענט אז עס זענען פאראן 'ווילדע' יאגדעס וואס עס איז א סכנה צו עסן...
תוקן על ידי - קרעמער - 28/10/2005 19:47:11
נשלח ב-28/10/2005 18:48
הקריאה מעורר הזמן
הקול מעורר הכוונה
אתערותא דלתתא
פחתו לי פתח... ואני אפתח כפתחו של אולם
נשלח ב-28/10/2005 18:09
מיין ליבליכער פענסטער
רבו עלי דברי חבירי, איך גיב אויף אז דער עולם וויל בעסער א פענסטער ווי איידער נפחא, וועל איך מיר אונטערגעבן, און יעצט מעומק הלב וואונטש איך דיר א הייסע ווארימע:
מזל טוב
איך האף נאר אז אפילו ווינטער וועט די פענסטער זיין אפן, נישט אז מיר זאלן בלייבן אנגעזעצט מיט א נפחא, ודוק (איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט נאר מטעם רבו עלי חבירי שרייב איך עס אויך)