בית פורומים היימישע קרעטשמע

א גוטען אווענט חברה !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2005 03:06 לינק ישיר 
א גוטען אווענט חברה !!!

ס'איז מיר פונקט אויסגעקומען אריינצופאלען ביי אייך אין קרעטשמע, אויפן וועג פארענדיג צום רבין אין די פראסטיגע נאכט נאכט זיך אנציווארמען איבער א געשמאקען גלעזעל...

איז בקיצור נאכען זעהן די קעשמאקע אטמאספער וואס הערשט דא, קלער איך אנצונעמען אייער ווארעמע הכנסת אורחים אינוויטאציא.

איך האף די מנהלים וועלען מיר מוחל זיין אויף די פרעכע חוצפה פון סתם אזוי עפענען אן אשכול, און די נדיבי לב וועלען זיכער איבער לאזען א ווארעמע ברוך הבא...

צום ענדע לכבוד די נייעם יאר אין לכבוד דעם אריינקום וואלט איך געוואלט שטעלען א פלעשעל......
לחיים...... לחיים......



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/10/2005 20:10 לינק ישיר 

gishmoker;
i may not know the best english but im far from not knowing how to "read" english
any way i did'nt get your point about your name



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/10/2005 06:03 לינק ישיר 

געשמאקער;

וואס פאלט דיר ביי אז נתן101 קען נישט קיין ענגליש? ער האט דאך געשריבן "האלי בראדערס ענד סיסטערס", איז דאס עברית ביי דיר?

און וואס האט דאס צוטאן מיט תענית בה"ב?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/10/2005 03:42 לינק ישיר 

קרעמער,
ס'זעט אויס אז נאטאן101 קען נישט קיין ענגליש [אנגלית],

נתן 101 : איך הייס גישמאקער = אין ענגליש זעה איך אויס אזוי: gishmoker

איבערטייטש פון קרעמערס ענגליש: איך מיין כלל ישראל וואלט געווען פיל בעסער אן מיר, אויב ווילסטו וויסן די ערליכסטע ענטפער, אבער דאס איז נישט די נקודה דא.

נתן, דו פאסט אפשר בה"ב אויכעט?






תוקן על ידי - gishmoker - 31/10/2005 3:42:51



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/10/2005 02:26 לינק ישיר 

די קעצלעך צי פארטרייבען פלעגט מען זאגען "שיץ קעצעלע"... און נישט מיט א טי"ת. (ועי' רש"י פ' שלח ד"ה ויהס כלב).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/10/2005 00:30 לינק ישיר 

הודו לד' כי טוב...
נאכן איבערליינען אייער קריטיק בין איך צוריק געגאנגען איבער ליינען מיינע ווערטער צו כאפן וועלכע ווארט/אויסדריק איר מיינט, און נאך פיר מאל איבער ליינען האב איך געכאפט אז אפשר מיינט איר דאס ווארט...
וואס מ'פלעגט ניצן אין כיידער צו פארטרייבן די קעצלעך...
איך דאנק דעם פון אויבן אז איך האב ניטאמאל געכאפט אייער פראבלעם... וד"ל

---
בנוגע דער אויסדריק אויף יידיש, עי' באשכול הסמוך בענין ה'יאגדעס', דעריבער האב איך זיך אויך געוואלט באניצן מיט א PURE YIDDISHE אויסדריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 15:40 לינק ישיר 

נתן טייערער;

I THINK KLAL YISROEL WOULD BE BETTER OFF WITHOUT ME, IF YOU WANNA KNOW THE HONEST ANSWER, BUT THATS NOT THE POINT HERE

פארוואס מען פארט צו א רבין אויף שבת בראשית? אויך מיר א שאלה. איך האב געזען אין א ספר אז שבת בראשית ברויך מען פארן צום צדיק הדור!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/10/2005 14:29 לינק ישיר 

גוט מארגען האלי בראדערס ענד סיסטערס!
[\-/] [\-/] [\-/]

איי ראביי קרעמער....[\-/]
ווי אזוי וואלט יהדות החרדות אויסגעקוקט אן אזעלעכע אידן ווי דו???
קודם כל די סיבה פארן נישט ארויסשרייבען בפירוש די ענין פון די הזמנות איז....... איך ווייס אליין נישט....
אבער "מפרסמין עושי מצוה" וועל איך דא אויסשרייען פאר הרב קרעמער וואס איז פון די העוסקים בצרכי ציבור באמונה שלא ע"מ לקב"פ, חזק ואמץ !! חזק חזק ונתחזק !!

(און פאר דיר ר' ישראלטשע איך האב אן אייגענע פאר הענט איך קען זיך אליינס אן עצה געבען)

א ספעציעלען איים סארי ותשובה דר' סעדיה גאון פאר חשובען דיין הרה"צ הגה"ק (בנש"ק?) וכו' מוהר"ר זרח שליט"א
(איך בין דאך א גרינער דא)

און צו אלע וואס ווילען וויסען וואס איז די פארעכץ יעצט צום רבין איז זייער פשוט די סיבה פ"ו מען פארט צו א רבי איז דאך ווייל..............
ממילא איז נאך אזעלעכע דערהויבענע ימים טובים...
ווי מ'זאל נישט האבען געווען ב"פ... וו"ב... דארף מען נאכאמאל צום רבין פארען...

איי ווי טרעפט מען א רבי וואס איז אקטיעוו יעצט? לא אלמן ישראל, ב"ה די אמשינאווער רבי גייט באלט מסיים זיין סליחות פון ער"ה...

און צו דיר בןהרחמן איך פאר שוין מיט די זעלבע בעל עגלה די לעצטע 35 יאר און אייביג אבער אייביג ביי יענע דריי נעבן שאראשפאטעק געשעהנט וואס געשעהנט...
נו, מ'פארט דאך אבער צום רבין איז דער אייבישטער אויף אונזער זייט...

און צו אלעמען דא כ"א בשמו הטוב יבורך זאלען מיר האבען א גליקליכע געזונטע ווינטער מיט אסאך אסאך געלט !


איר ווייסט פשט פ"ו אידען מיטשען זיך אזוי, הא? ווייל זיי בעטען פונם באשעפער פרנסה פרנסה, מ'דארף בעטען
פשוט אין פראסט, ברחל בתך "געלט" אין נאכאמאהל "געלט" ווער זאגט אז די באשעפער האט ליעב רמזים? (ע"פ השמועה)

פאר אלע חברים דא ווער ס'וויל איך זאל איהם מזכיר זיין זאל אריין שיקען אין אישי זיין נאמען, זיין מאמעס נאמען, משפחה מיטגלידער, אלע פעציעלע בקשות,
ווי אויך זיין פריוואטע באנק אקאונט נומבער... הא? פדוין?
ווי אויך די מעילינג אדרעס פארן טעקס דעדוקטעבול ריעסיט...

לחיים!


תוקן על ידי - natan101 - 30/10/2005 14:36:20



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 15:04 לינק ישיר 

ישראל'טשע;

האסט א נקודה. אבער למעשה פירט מען זיך דא אז ווען מען וויל עפעס זאגען פאר איינעם, שרייבט מען יענעם'ס ניק צוערשט (אזוי ווי איך האב דא געטאן ביי די אנפאנג פון די תגובה. אבער נתן101 האט סתם אזוי געשריבן "אייער" אינוויטאציא, וואס דאס קען מיינען אז פענסטער אדער הרחמן אדער שעלף-פעיפער אדער אפילו סקרין-נאמען אדער משהלע_23 אדער הוטקע גאר האט אים איינגעלאדענט, פארשטאנען?



תוקן על ידי - פענסטער - 28/10/2005 22:21:06



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 13:32 לינק ישיר 

קרעמער טיייערע

אייער ווארעמע הכנסת אורחים אינוויטאציא.

עכ"ל פון נתן 101 $ וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2005 09:03 לינק ישיר 

לדעתי הענייה איז דאס ווארט א דייטש אידיש ווארט.
משמעותו: גיסן.
(קינדיש קען מען זאגן; וואס בין איך שולדיג אז זשאני פיקלסויס טייטשט אפ דעם ווארט פאר צואה? )


און יעצט אחרי דשהטבאה"ר

רוף איך אויס א ברייטן ברוך הבא פאר אונזער ר' נתן מאה ואחד!!!!

לחיים לחיים.........!!!!!!!

עס דערמאנט מיך פון א חשובע איד א בעלזא'ער, און בעלזא איז דער מנהג נישט צו געבן אויף צדקה הונדערט דאלור נאר הונדערט און איין צוליב זוגות. יענער האט אמאל געגעבן א הונדערטער זאגט אים דער קאסירער: נו גיבט צו נאך איין דולאר. זאגט ער: אפשר גיבט איר מיר צוריק איינס...?

נתן איז נישט אזוי... ער גיבט ברוח נדיבה ובנפש רחבה...מאה ואחד...

יהא בואך לברכה
אבער זאג נאר וואס איז דאס יעצט הערשט פארט מען צום רבי'ן ??
נאך יום טוב?!
ווי קומט דאס אזוי ??

ווער איז דיין רבי?







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2005 06:51 לינק ישיר 

קרעמער

איך האב מיך אויך אביסל געוואונדערט אויפן חשובען דאיען, אבער כאב איהם נאכדעם דן געוועזן לעקאַף זעחיס אז ביי זיי אינדערהיים קוקט אויס אז מען ניצט נאך דאס ווארט געהעריג ווי אמאהל מיין עלטער באבע פלעגט רעדן אויף די מוטער שפראך ממילא איז ער צוגעוואוינט דערצו און ער כאפט נישט עס קען מיינען עפעס אנדערש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 06:04 לינק ישיר 

נתן טייערער;

זיי מגלה פאר די חברה דא אז דו ביסט נישט סתם אזוי בטעות אריינגעפאלן דא אין די קרעטשמע. נאר אז איך האב דיר געלאדענט מיט פארשידענע הזמנות, נאכן זעהן דיינע געשמאקע אשכולות און תגובות אינעם דערנעבנדיגן פורום 'חדשות שמח"ת'...

און זיי מסביר פאר די חברה, אז הגם דיין ניק האט שוין דא איינמאל געשריבן, איז דאס אבער גענוצט געווארן דורך דיין פריינט, און נישט דורך 'דיר' אליין.

הכלל, געב זיך צו פארשטיין פארן עולם ווי עס פאסט.

אגב;

ר' זרח איז אונזער דיין, און צו אים ברויך מען רעדן מיט עטוואס דרך ארץ... מאכט נישט... איך האב אויך נישט געוואוסט פון אנהויב, מען לערנט זיך אויס די כללים דא גאנץ שנעל.

=====

ר' זרח;

פון אייער תגובה דא האב איך זיך אראפגעלערנט א מורא'דיגע זאך, ממש א מעשה רב אויף א זאך וואס איך זוך שוין לאנג אן ענטפער! ממש ווי די חז"ל זאגען: אפילו שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד!

איך וועל נישט מאריך זיין נאר זאגען אין קורצן, און אויך נאר ברמיזה:

ראיתי בספרי הקדמונים שאסור להשתמש בלשון שבאיזה שפה הוי לשון גנאי, ובתוך דבריך ניכר שאינך חושש לשיטה זו וד"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 05:18 לינק ישיר 

נתן101
שלום חבר, אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים לשונה פרקו מאה פעמים ואחד

לחיים לחיים!!

לכבוד דעם אורח וועלן מיר אלע ארויסגיין אין א טענצל אין א קיילע ראד

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גליקליכע רייזע און אויספועל'ן אלעס גוטס, גיב נאר אכט ווען דו פארסט אדורך מיטן פערד און וואגן דעם וואלד נעבן שאראשפאטעק זאלסטו זיך נישט אפשטעלן אינמיטן וועד דארט דרייען זיך פון די נישט גוטע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 04:22 לינק ישיר 

נתן;

שלום עליכם, מאכט אייך היימיש.

צו עפענען א אשכול סתם אזוי, איז נישט קיין פרעכע חוצפה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2005 03:50 לינק ישיר 

שכויעח הרב זרח
זייט אייך מכבד
בכבוד...
לחיים............



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א גוטען אווענט חברה !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext