די מקור פון די נוסח פון רבונו של עולם חלום חלמתי, געפונט זיך אין מסכת ברכות (נ"ה ע"ב) איך וועל עס שרייבן אויף אידיש:
דער וואס האט געזען א חלום, און ער ווייסט נישט וואס ער האט געזען (אויב עס איז א גוטע חלום אדער ח"ו פארקערט), זאל ער זיך אראפשטעלן פארנט פון די כהנים ווען זיי שפרייטן אויס זייערע הענט און דוכנ'ען [ווער ווייסט פארוואס דאס הייסט דוכענען?], און זאל זאגען אזוי:
רבונו של עולם אני שלך וחלומותי שלך וכו'. וואס דער אפטייטש דערפון איז, רבונו של עולם: איך בין דיינס, און מיינע חלומות זענען פון דיר. איך האב גע'חלומ'ט א חלום און איך ווייס נישט וואס דאס איז. סיי איך האב גע'חלומ'ט עפעס אויף מיר אליין, סיי אנדערע האבן אויף מיר גע'חלומ'ט, סיי אויב איך האב גע'חלומ'ט אויף אנדערע (דאס איז אביסל אנדערש ווי די נוסח וואס מיר זאגען). אויב איז דאס א גוטער חלום, זאל דאס מקוים ווערן, און אויב נישט, דאן הייל אויס דעם חלום און דריי עס איבער אויף גוטס. און מען זאל ענדיגן צוזאמען מיט די כהנים, דאן וועט די אמן פונעם עולם ארויפגיין אויך אויף זיין בקשה.
יעצט, וואס טוען די כהנים? גוטע שאלה! ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן.
קען זיין זיי זאגען די נוסח הטבת חלום וואס איז געדרוקט אין אסאך סידורים, וואס די גמרא זאגט דארט (אביסל ארויפציהר), מען זאגט דריי פסוקים פון 'הפוכות' דריי פסוקים פון 'פדיות' און דריי פסוקים פון 'הטבות' עיין שם.
חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית
 |
|
|