בית פורומים היימישע קרעטשמע

שאלות אויף די סדרה: פרשת נח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2005 05:38 לינק ישיר 
שאלות אויף די סדרה: פרשת נח

מיט השי"ת'ס הילף וועלן מיר יעדע וואך פרעגן עטליכע שאלות אויף די סדרה. און מיר האפן אז דער עולם וועט זיך נעמען די מיה און ענטפערן דערויף. אויך וועלן מיר זיך פרייען אויב אנדערע וועלן אנפרעגן אנדערע שאלות, און מיר אלע דא וועלן האפענטליך פרובירן צו ענטפערן. ווייל: פארוואס זאלן מיר נישט אביסל אויסנוצן די צייט מיט עפעס ממשות'דיג?

פרשת נח


1. וויאזוי האט געהייסן נח'ס ווייב?

2. ביי וועמען איז נח געווען אן איידעם?

3. וואו זענען די הרי אררט?

הצלחה רבה



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/12/2005 22:42 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אן אלט היסטאריש בילד פון די טויב וואס נח האט ארויסגעשיקט פון די תיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2005 01:43 לינק ישיר 

קרעמער

חילך לאוריתא !!! קרעמער בלייבט קרעמער !!!

יא איר זענט גערעכט, אלע עשרה דורות פון נח ביז אברהם האבן מיט געאלטן די לוויה פון הרן...

קרעמער נעמט זאך נישט צום הארצן ס'אדיר טאקע גענומען צייט אבער ענדע האסטו יא צוגעטראפן מעקסט זיך פריין וייל רוב עוילעם פאלן אריין אין דעם פאסקע און קריכן נישט ארויס.
דער וואס ער איז באוואוסט אז ער איז נישט אריין-געפאלן אין דעם פאסטקע, זאגט מען נאך אין נאמען פון 'חתם סופר', איז געווען דער 'הייליגער ווילנער גאון' דער גאון איז האלט געווען קנאפע אכט יאר ווען מ'האט עם די קשיא אפראגע געטאן און ער האט געוואוסט גלייך דעם ענפער.

אבער לאמיך דיך קרעמער עפעס פרעגן,
לויטן חשבון השנים קומט אויס אז הרן איז אלט געווען קנאפע זעקס-אין-פערציק יאר ווען 'פלג' איז געשטארבן,

פרעג איך, פון וואנעט איז הראיה אז הרן איז געשטארבן בעפאר פלג'ן??? אולי איז הרן אלט געווען ביים שטארבן 50 יאר???

און אז מ'רעדט שוין פון הרן'נען וועל איך פרעגן נאך א פראגע, ווי אלט איז געווען הרן ווען שרי איז געבארן-געווארן


קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 20:51 לינק ישיר 

נאטורליך;

די תירוץ זאגט ער ביי "והיה כי תבא" וואס דארט איז די קשיא פארקערט, פארוואס שטייט יא? און די תירוץ איז כנ"ל, ווייל אויב נישט וואלט עס געווען פסול.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/11/2005 18:49 לינק ישיר 

נאך א תירוץ, זאגק יאנקעל מיללער.
אז עס שטייט ווען נישט אין חומש והיה וואלט געווען א גרייזיגער חומש און א פסול'ע ספר תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2005 18:35 לינק ישיר 

רבותי!

איך בין זיך מודה ומתוודה אז איך בין אריינגעפאלן אין די פאסטקע וואס חי-וקים האט אויסגעשפרייט פאר מיר מיט זיין קושיא וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס!

שוין פאריגע וואך האב איך געקלערט אז די קושיא הויבט זיך נישט אן, אבער צוליב איזה סיבה האב איך נישט גענומען די מיה דאס נאכצוקוקען אין חומש. היינט ביים דאווענען (את חטאי אני מזכיר היום) האב איך זיך געכאפט ביים קאפ אז די קושיא איז מעיקרא ליתא.

ווייל הגם ארפכשד האט געלעבט אסאך דורות בעפאר הרן, איז אבער הרן געשטארבן על פני תרח אביו ווען ארפכשד האט נאך געלעבט. רעכנט איבער די יארן פון די זיידעס אונזערע וועט איר זיך איבערצייגן אז חי-וקים האט דא סתם געוואלט פארדרייען א ספאדיק, און... עס איז אים געלונגן!

יעצט איז אזוי; מילא איך מיט מיין קאצן-קאפ... שוין! אבער, עס איז מיר א חידוש פלא אז די אלע געלונגענע און געלערנטע חשוב'ע שרייבער און ליינער דא זאלן נישט האבן געכאפט נאך פון אנהויב פאריגע וואך אז דאס איז קיין קשיא נישט!

חי וקים;

דיין קושיא דערמאנט אביסל די קושיא פון ר' יאנקל מיללער: פארוואס שטייט "והיה" כי תצא למלחמה? וואס איז די שמחה אז מען גייט אין מלחמה אריין?

און דער תירוץ איז: עס שטייט טאקע נישט "והיה"...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/11/2005 15:18 לינק ישיר 

זוכענדיג דעם מקור פון דעם מדרש וואס דו ברענגסט, אז הרן איז געווען דער ערשטער וואס איז געשטארבן בחיי אביו, האב איך דאס נישט געטראפן אין קיין מדרש (לעת עתה) נאר אין זוהר הקדוש (חלק א' דף ע"ז ע"ב). ומחמת הלחץ זו הדחק יש לומר שהוא הי' הראשון שמת על פני אביו, ואביו ראה במותו, וגם היה לו לאביו חלק במיתתו, שהוא צוה להשליך את אברהם לכבשן האש ודו"ק.

שוב ראיתי באגרא דכלה (פ' נח) שכתב דבר זה על דעת עצמו וז"ל: וימת הרן ע"פ תרח אביו, "כמדומה שעד תרח לא מת שום בן בחיי אביו" וכו' עכ"ל, וצ"ע.

תוקן על ידי - קרעמער - 06/11/2005 15:20:43



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/11/2005 10:49 לינק ישיר 

קרעמער

אף מיין קשיא האסטו נישט געטראפן א תירוץ?

דא נאך אמאל די קשיא:

לאמיר אייך פרעגן אבאוואוסטע שאלה.
שטייט געשריבן אין פסוק "וימת הרן על פני תרח אביו" זאגט דער מדרש אז הרן איז געווען דער ערשטער וואס איז געשטארבן בחיי אביו ע"כ דברי המדרש.
פרעגט זיך אקשיא אז 'ארפכשד' שם'ס אזון א 3 דור פון נח איז אויך געשטארבן בחיי אביו שם האט געלעבט 500 יאר נאכן האבן ארפכשד און ארפכשד האט געלעבט אין גענצן נאר 438 יאר, און אזוי אויך 'פלג' וואס ער איז געווען דור שביעי פון נח איז געשטארבן בחיי אביו עבר, עבר האט געלעבט נאכן האבן פלג'ן 430 יאר און פלג האט גאר געלעבט נאר 239 יאר, איז וויאזוי קען מען זאגן אז הרן וואס ער איז געווען דער 11 דור פון נח איז דער ערשטער וואס ער איז געשטארבן בחיי אביו???

איך געב אייך צייט צו-ענפערן ביז מארגן!

וועגן הרי אררט האב איך געזען גישריבן צוויי שיטות.

1) אין צפון זייט פון טרקיי ביים גרעניץ מיט ארמוניה איז דא אבארג וואס עס רופט זיך מיטן נאמען אררט(די איינוואוינער פון דעם געגנט רופן עס מיט דעם נאמען)

2) א ביסעלע נידעריגער מער צו דורם זייט נאנט צום גרעניץ מיט פרס איז דא השורה מיט בערג וואס רופן זיך אן נאך ביז איינט הרי כורדיסטאן דאס שטימט מער מיט די מתרגמים וואס טייטשן אפ הרי אררט טורי קורדו.

קרעמער אשכויח פארן משדך זיין דעם זיידן נח מיט חנוך'ס טאכטער עס איז ממש ענבי הגפן וענבי הגפן סיי אגוטער יחוס און אויכט הבת גילו.
ווייסט ווי אלט איז געוועזן 'נעמה' ווען נח איז געבארן געווארן? 926 יאר...!!!



קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 03:21 לינק ישיר 

א גוטע וואך קרעמער
זיצענדיג ביי א שיעור פארגאנגענע וואך האט מיין מגיד שיעור זיך גענומען רעדן פון די סדרה, און וואס ער האט נאר געזאגט האב איך געשפירט אז איך האב עס שוין געהערט אמאל, ביז ענדליך כאפ איך מיך ער האט נישט מער נישט וויינגער נאכגעזאגט גאנצע שטיקער 'קרעטשמע'...
Keep Up With The Good Stuff

ביי דע וועי די האסט דיך שוין פארגעקוקט פאר לך אדער די געדענקסט נאך פון פאראיאר???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 02:42 לינק ישיר 

מוצאי שבת קודש פרשת נח

תירוצים אויף די פראגן פון פרשת נח:

1. וויאזוי האט געהייסן נח'ס ווייב? נעמה

2. ביי וועמען איז נח געווען אן איידעם? לויטן מדרש (הובא ברש"י בראשית ד' כ"ב) איז ער געווען אן איידעם ביי למך בן מתושאל בן מחייאל בן בן עירד בן חנוך בן קין, און די שוויגער זיינע האט טאקע געהייסן צלה.

אבער אין ספר הישר שטייט אז נח איז געווען אן איידעם ביי חנוך (זיין עלטער זיידע) דער פאטער פון מתושלח דער פאטער פון למך דער פאטער פון נח. (אין מדרש ווערט אויך געברענגט א דעה פון די רבנן אז נח איז נישט געווען קיין איידעם ביי למך.

3. וואו זענען די הרי אררט? שוין געשריבן אינמיטן די וואך אז די תרגום פון אררט איז קרדו. קען זיין דאס מיינט קורדיסטאן (די געגנט צווישן טערקיי און איראק).

א גוטע וואך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 00:38 לינק ישיר 

סושי;

דעס איז נישט קיין דאפעלטע אשכול, איינס איז נאר קשיות פון די "סדרה", און איינס איז סתם אזוי קשיות טו גאו, גארנישט איינגעלייגט מיט די וואכעדיגע סדרה.

אגב, אשכול ספעלט מען מיט א כ', נישט א ק'. (חוץ טאמער ביסט א קאזען מיט זארעכ...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2005 23:12 לינק ישיר 

פארוואס איז דא 2 אשקולות פון די זעלבע זאך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2005 22:51 לינק ישיר 

נח שווער האט געהסיין למך און זיין שוויגער צילה זיין וויב נעמה און זיין שוואגער איז געווען תובל קין וואס איז נעבאך געהאהרגערט געווארען דוך זיין טאטען למך ווען הער האטט א פאטעש געטהן פון צער הריגת דער אלטער אלטער אלטער זיידע קין
און דאס האלץ בלינדע'ר הייט

תוקן על ידי - sambt_85 - 03/11/2005 22:51:20



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2005 17:15 לינק ישיר 

קענסט שוין ענטפערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2005 17:13 לינק ישיר 

עס איז שוין דאנערשטאג, סוף וואך, אין די חדרים פארהערט מען שוין די חומש (ווער געדענקט נאך די אנגעצויגענע דאנערשטאג'ס?), און עס קוקט אויס ווי קיינער ווייסט נישט נאך א דעה ביי וועמען נח איז געווען אן איידעם.

זאל איך שוין ענטפערן, אדער געבן נאך א טאג צייט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2005 22:19 לינק ישיר 

ווי אזוי האט גיהייסען נח'ס שוויגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שאלות אויף די סדרה: פרשת נח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext