אזויווי איך בין לעצטנס זייער זייער זייער אסאך מאל משוגע'דיג, אבנארמאל, צודרייט, טויט ביזי, אזש אז איך האב ממש נישט קיין צייט צו קומען אפילו אויף אפאר מינוט כאפן א טרינק, דעריבער עפן איך די 'יענטאאש העלאו דעפארטמענט', ווי איך וועל אריינסטאפן אין די זמנים הביזי'ם הקשים, אך ורק בלויז צו זאגן א קורצן 'העלאו' און אפשר עטליכע נאטיצן.
- קודם כל העלאו יעדער איינער.
- נפחא-פענסטער, איך ווייס דו האסט געמאכט א שינוי השם אבער ביי מיר בלייסטו א נפחא לעולמי עולמים עד ביאת המשיח.
- נאטורליך, איך ווייס אז דו האסט געמאכט אא שטיקל 'גליטש', אבער דו בלייבסט נאך אלץ ביי מיר דער בעסטער שרייבער.
כל זמן איך נאך דא הויער
און אלעס גייט מיר פונקט קאפויער
ממש ווי קערי און גויער
אוי ווילאנג נאך וועט דאס אזוי געדויער
א מזל איך בין נישט באשאנקן
נאר מיט א גאפל געווארן כמעט דערטראנקן
ווען יא וואלט איך נישט יעצט געקליקט
און אין קרעטשמע אריינגעבליקט
ענדערש זיך געלייגט אין בעט
פרישע כוחות זיך גרייטן כדי צו עסן צו דער זעט
כדי צו ערענערגירן די מאסלס
און נאך א טאג ארבעט אריינצוכאפן ווי די פאזלס
צו שלאפן צו האבן כוח
צו קענען ארבעטען מיט א קלארן מוח
צו אנפילן דעם קאנטע גאר הויך
צו קויפן די זאכן וואס איך ברויך
צו קויפן עסן אויך
צו האבן אסך כוח
צו ארבעטן מיט א קלארן מוח
וכו' וכו' אן קיין ציל און ?
איך קען אויפן ארט
נישט טרעפן א ווארט
וואס באדייט "ציל" און אויפן גראם
פון די "ויך" משפחה צענעזאם
ווער עס האט זאל שטעלן דארט אריין
איך וועל אים דאנקבאר זיין
שוין כמעט פארגעסן
וואס איך וויל מיט דעם תגובה פרעסן
אבער מאכט נישט
כל זמן עס זאגט נישט גארנישט
נשלח ב-30/11/2005 03:03
לאכן ברויכסטו נישט
אבער זיי נישט צומישט
נוץ דיין שכל
נעם נישט אראפ דעם שמייכל
אז דו ווילסט רעדן פון גרייזן,
לאמיר דיך נאר אנווייזן,
'גאה' מיט 'דעה' איז נישט קיין גראם לגמרי,
נאר ווען מען זאגט עס כדאמרי,
ווי אויך 'גרייז' מיט 'שפאס' איז קיין גראם נישט,
סאו קענסט זיך אפווישן מיט די זעלבע טישו וואס איך האב זיך אפגעווישט.
נשלח ב-30/11/2005 02:27
ראש הקהל גראבער בעל גאה
קענסט נישט פארנעמען א צווייטן'ס דעה
ווען איינער ווייזט דיר אן א גרייז
מאכסטו פון יענעם א גאנצע שפאס
גוי ארויף גוי אראפ
האסט געגרייזט דיין נאז וויש דיר אפ
נשלח ב-30/11/2005 02:19
גראף גראף כע כע כע,
קייכן זיך ווידער פאר געלעכטער אלע,
ביזט מיר א גאנצער מבין אויף אידישע הספדים,
די גוי גיי דיר צו אלע רוחות און שדים.
נשלח ב-30/11/2005 02:15
אויסער אויב דו רעדסט פון יענטאאשעס "געלעטער" דרשה, וואס קען נישט ווערן אנגערופן קיין הספד, ניטאמאל איז עס ווערט פאר א פורים שפיל. האלטס ענק מיט ענקער ראש הקהל, כי כי כי כי כי, איך קאקעל מיר פאר געלעטער.
נשלח ב-30/11/2005 02:10
פענסטער, וואט אר יו טאלקינג אבאוט? דו מיינסט אז נחמן נטע איז גאר דער ראש הקהל? וואס איז מיט דיר? אזא טינטעד ווינדאו פארמאגסטו אז דו קענסט נישט וויסן אויב עס איז טאג אדער נאכט דינסטאג אדער מיטוואך? נחמן נטע איז נחמן נטע און יענטאאש איז יענטאאש.
נשלח ב-30/11/2005 02:07
קוק וואספארא הספד ער האט אראפגעלייגט, אינם דערנעבנדיגן אשכול.