בית פורומים היימישע קרעטשמע

חיים חייקלס דער וואסער טרעגערס שמחת תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/11/2005 19:50 לינק ישיר 
חיים חייקלס דער וואסער טרעגערס שמחת תורה

עס איז שוין מוצאי שמחת תורה, הערשט היינט מיטאג האט מען ביי אונז אין דארף אזוי פריילעך געטאנצן מיט די תורה, דער גאנצער דארף איז געווען איינגעהילט אין אינערליכע תורה'דיגע פרייד, חיים-חייקל דער וואסער-טרעגער האט שוין אפילו נאך די הקפות - ווען ער איז שוין געווען גוט מבוסם - צוגעזאגט דעם רב אז דאס יאר וועט ער זיך אנשטרענגען צו קומען יעדע נאכט צום שיעור. דער רב, אין די מיטעלע פופציגער יארן א קליין דיקלעך געשטעל מיט א גרעי-גרוי לאנגע בארד, האט זיך אזוי געפרייט צו חיים-חייקל'ס הבטחה אז ער האט באלד באפוילן 'געציל דעם שמש' זאל לכבוד די 'קבלות התורה' פון חיים חייקל'ן פאר-רופן אויף היי יאר א אכטע הקפות אנשטאט זיבן...

דאס גאנצע דארף האט זיך באלד ארויסגעלאזט אין א פריש געטענץ, עפעס א קלייניקייט? אפי' דער פשוטער וואסער-טרעגער פון דארף וועט מהיום והלאה לערנען יעדן טאג!. ס'איז געווארן ששון ושמחה, קינד און קייט יונג אין אלט האבן זיך ארויס געלאזט אין א פרישע רקודה מיט נייע כוחות, די יונגלעך מיט זייערע זיסע קעלעכלעך שלא טעמו טעם חטא די בחורים מיט זייער היציג פייערדיג בלוט די אינגעלייט מיט זייערע קליינע יונקי שדיים אלעס שפרינגט אלעס טאנצט מ'הייבט זיך אין די לופטן. דער רב זעענדיג די פרייד פונעם גאנצן דארף האט זיך באלד ארויסגעלאזט אין א רקודה מיט חיים חייקלע'ן אינדערמיט. דער רב מיטן איבערגעדעקטן פנים און חיים חייקל מיט די גלאנצעדיגע אויגן און רויטן פנים האבן זיך געווארפן פון איין עק שול ביזן אנדערן, אזש – ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, נישט אום יום-טוב געטראכט - אז עס מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק וואכענדיגע מחשבות, כ'האב זיך פשוט דערמאנט פון די... קרעטשמע...

נאכ'ן פריילעכן מוסף ווי די קינדער האבן געמאכט צימעס, כנהוג, פונעם דארפ'ס חזן, האט די רעבעצן עלקע צוגעשטעלט א קידוש אזוי כדבעי. כעלערליי וויינען, ברוינפן, מזונות, קינדל, קוגלעך לאקשן און קארטאפל, און ווער רעדט נאך פון די האלאפצעס, אה... ממש א מחי'...
א רעדערישער שטילקייט הערשט אין שול בעת ס'הערט זיך נאר א קול חלושה פון די תיקונים וואס דער גאנצער דארף האט מתקן געווען ביים פארשלונגען די ווארימע האליפצעס, מיטאמאל האקט איבער די שטילקייט און דער רב שרייט אויס הויך מיט זיין דיקלעכע שטימע:

"לחיים... לחיים... פארן גאנצן דארף"

דער עולם שרייט צוריק: "לחיים... לחיים... לאנג זאל דער רב לעבן, און נאך לענגער די רעבעצן פאר אזעלכע גוטע האלאפצעס....

און דא איז דער רב מכבד, נישט מער און נישט ווייניגער, חיים-חייקלען זעלבסט - וועלכער איז שוין גלעגן אזוי האלב וועגס אויסגעצויגן בין תנור לכריים ווי ניקאליי אין די קרעטשמע – זאל זיך אויפשטעלן אין דער הייך זאגן אפאר ווערטער, מיטטיילן די דארפסלייט די אורזאך פון זיין קבלה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2010 01:37 לינק ישיר 

וואס זאל איך אייך זאגן, דערוילעם דרייט זעך ארום אזוי באטראפעצט, דעם געפעלט נישט דאס, יענעם געפעלט נישט עפעס אנדערשוואס, דער פלאץ שימעלט, עס שמעקט ווי אין באנגעלאו... שמעו נא רבותי! שווימטס אביסקעלע אראפ אין די טיפענישן, אטא דא אראפ, וועט איר טרעפן פילע פלעשער מיט משקה (נישט פארטוישן מיט מאשקע...) אלטע אומגעענדיגטע אשכולות, אזש די ארכאלאגן וואלטן זיך באלעקט מיט די געפינסן... און איר וועט אייך ביסעלע אויפהייטערן. אנשטאט באוויינען און ברעטשען, לעטס מעיק די בעסט אוט אף איט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 02:37 לינק ישיר 

מיר דאכט זיך אז איך האב געזעהן לעצטענס נחמן נטע ערגעץ אין א 'ווינקעל'

און יא יא אמאל געווען צייטן ביינונז אין דארף וואו יעדע שורה איז געווען סמעטענע, ווען נחמן נטע מיט חיים חייקל זענען זיך צוגאנגען אין קעדאטשקע מיט אביסל יין שרף אין דער זייט ...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2008 18:18 לינק ישיר 

יע, יע. אין די אמאליגע צייטן וואלט דאס אויך פארעכנט געווארן ווי א 'סמעטענע'...
איי... איי... איי... די היינטיגע אינגעלייטלאך, וואס וויסן זיי?

פון א סמעטענע איז געווארן זויער שטאף, און פון א קרעטשמע איז געווארן א ס'מעדרעש. פון א פאברענג-פלאץ איז געווארן אן אויפגעווארפענע קאווע-שטיבל, און פון אן אינהאלטסרייכער שמועסל איז געווארן א גאנצער שפראך קאלעדזש. פון אביסעלע נייעס איז געווארן א גאנצע מאגעזין, און פון א 'דיין' שפיל איז גאר אויסגעוואקסן א גאנצער קיצור שולחן ערוך.
 
חיים חייקל רוהט אין זיין אייביגער רוה, און נחמן נטע געפונט זיך ערגעץ אין די לופטן על כנפי נשרים. קיין יין שרף איז שוין היינט נישט ערלויבט, און די הקפות איז צוריק צום אלטן מנהג פון בלויז זיבן.

היסטאריקער גיבן איבער אז ביי חיים חייקלס לוי' האט מען יא געמאכט שמונה הקפות, לזכר צום אנדענק פון יענעם סמעטענישן מנחת תורא. נו, זאלער זיין א גוטער בעטער און די ישועה זאל ער ברענגען. אבער שוין!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 23:43 לינק ישיר 

חייקעלע;

אז דו ביזט יא דא, לאז מיר דיר זאגן א סוד, אינעם נייעם קרעטשמע קען מען שוין נישט זעהן די אייפי אדדרעסן, סאו לעטס גאו, אונז ווארטן קוים אויף דיין ערשיינונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 20:45 לינק ישיר 

יא יא, ס'שוין נאכאמל מוצאי שמחת תורה און חייקל האט זיך דערמאנט פון דאס פאריעריגע שניי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2005 20:01 לינק ישיר 

און... איך ליג נאך אויסגעצויגן בין תנור לכריים פון די רעבעצענ'ס ברוינפן... לאז מיר זיך אביסל אויסניכטערן וועל איך זיך דערמאנען מיין מבוסמ'דיגע דרשה...

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 02/11/2005 20:01:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2005 19:58 לינק ישיר 

און...

אהה... שיער פארגעסן: שלום עליכם חיים חייקל!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חיים חייקלס דער וואסער טרעגערס שמחת תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext