| נשלח ב-2/11/2005 21:37 |
|
| |
חיים חייקלס פארשלאג פאר די פארבייגייערס
אריינשפאצירנדיג דא אין קרעטשמע, האב איך זיך גלייך באגעגנט מיט א שילד אויף די וואנט בשם דעם קרעטשמער:
אלזא, כאפט א טרינק, וואונטשט לחיים! און לאזט אונז איבער א גוט ווארט. אייערע פריינט אין די הנהלת הקרעטשמע.
דעריבער דארף מען ווען אפשר קובע זיין א באזונדערע "רויטע" טיש [לייען: אשכול], פאר אלע באזוכערס, ווי זיי זאלן איבערלאזן עפעס א גוט ווארט פאר די פארבייגייערס, אזוי ארום ווען די אלע פארבייגייערס וועלן זיין אויפן וועג צוריק, וועלן זיי זיך האבן מיט וואס צו דערקוויקן דאס הארץ ביים נאס מאכן דעם גארגל.
וואס זאגט דער קרעטשמער צו מיין פשוטע איינפאל???
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 00:52 |
|
| |
קודם א גרויסע גראבע שאלעמ אלייכעמ פאר חיים חייקל'ען.
און דערנאך מוז איך אייך מיט טיילען מיט א מעשה שהיה,
נעכטן ביי מיין טעגליכע שיעור האב איך מיך אינמיטען צולאכט הויעך אויפן קול, מיין חברותא עפענט אויף מיר אפאר גרויסע אויגן, מ'שטיינס געזאגט, וואס איז דאס פלוצלינגע געלעכטער?
מיר האבן געלערנט דעמאלטס די גמרא,(זבחים דף כ"ד) אז די כהנים דארפן גיין בארפעסיג און בית המקדש, ווייל ס'טאר נישט זיין קיין חציצה צווישען די פלאר און די כהנים, און כ'האב מיך דערמאנט די מעשה וואס נאטורליך האט דא געשריבן, האב איך אויסגעפלאצט און א הילכיגע געלעכטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:57 |
|
| |
חיים חייקל דער פשוטער וואסער טרעגער, האט קוים אריינגעוואנדערט אין די קרעטשמע, זיך צוגעזעצט צו א טישל מיט א גלעזל שנאפס, פארגעשלאגן פאר די חברה עפעס א פשוט'ער איינפאל, און גארנישט...
יא 'די התאחדות' זאגט אז זיי האבן אויך מציע געווען עפעס א פארשלאג און ס'באלד אנגענומען געווארן. חיים חייקל ווייסט נאך נישט וואס ער האט מציע געווען און ווער ס'האט עס אנגענומען... אבער ס'מאכט נישט, סגוט אזוי אויך.
אבער וואס איז וועגן חיים חייקלס פארשלאג???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:41 |
|
| |
איז אפשר דער ניי געבורענער חיים חייקל די נייע בן זכר וואס natan101 האט זיך איינגעהאנדעלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:38 |
|
| |
נאטורליך אוי איז דאס גוט
מ.ב.קרעמער שלום
יאך זעה אז פון די ארטיקל צייט איז דא גענוג ביי דיר אפשר ווילסטו מיר שיקן אביסל אין אימעיל אדער גוגל
חוץ מזה דאנקע שעהן סְפַּאסִיבַּא פאר'ן אננעמן מיין השערה איבער ר' חיים חייקל
חיים חייקל איך בין מיך משתתף לדברי מיין באליבטער קרעמער מיט זיין ווארימע אויפנאמע
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:32 |
|
| |
אלץ דער 'פשוטער חיים חייקל דער וואסער טרעגער', וועלכער וואנדערט פון דערפל צו דערפל, און עס איז מיר שוין אויסגעקומען צו זיין אין מערערע קרעטשמעס (כ'מיין פארוועם דעם זענען די קרעטשמעס געמאכט געווארן אויב נישט פאר די וואנדערונגע פארבייגייערס...), האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אז א קרעטשמע זאל האבן א דיין.
טאקע אינטערסאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:29 |
|
| |
חיים חייקל;
לאמיר זיך אראפלאזן צו דיר און רעדן צו דיר מאמע לשון:
1. קודם כל שלום עליכם, מיר פרייען זיך זייער אייך צו זעהן אין די קרעטשמע. בפרט יעצט ווען די וואסער לייטונג וואס 'געשמאקער' האט אינסטאלירט איז עפעס געגאנגען קראכן (מסתמא האט עס צוטאן מיט די פילטער וואס 'התאחדות' האט געהייסן ארויפלייגן קעגן די ווערים), און מיר לעכצן נאך א גלעזל ריין וואסער, בפרט נאך וואס 'קאטרינא' האט באזוכט אין לואיזיאנא (א דערפל נישט ווייט) און דארט איבערלאזט שווארצע סחורה אין די וואסער (בני חם) און עס איז זייער נישט בא'טעמ'ט און היגיעניש צו טרונקן שחורים-זאפט...
2. ביי אונז אין קרעטשמע איז דא א פארוואלטונג, זיי רופן זיך "די קרעטשמער". עס פארשטעקן זיך אונטער דעם ניק עטליכע פארשוינען: בן הרחמן, פענסטער, און נאט-טו-ביזי. אויך פארמאגן מיר א ראש הקהל (וואס איז אויך אונזער אויסערן מיניסטער... ווייל ער איז רוב צייט אינדרויסן פון דערפל), ווי אויך פארמאגן מיר א "דיין"! (גראדע איז לעצטנס געווען א געשפרעך אים צו העכערן ראנג... אבער דאס איז נישט צושטאנד געקומען ווען 'פענסטער' האט געזאגט אז עס גרעניצט זיך מיט פאליטיק...).
3. מיר באשטעלן שוין נאך פיר אמפער'ס וואסער פאר די קומענדיגע פאר טאג, ווייל מיר באמערקן אז עס שלענגעלט זיך א ריזיגע רייע מענטשן וואס אנטרינען צוליב סיבות פון די דערנעבנדיגע דערפלעך און סטאנציאנירן זיך דא. (גראדע וואלט איך פערזענליך זיי געראטן אז זיי זאלן טוישן ניק'ס... ווייל די פריצים פון אונזער דארף זענען זייער בייז ווען מען שווערצט זיך אריבער די גרעניצן אן באצאלן שטייער... אלזא מאכט אייך כאילו איר זענט דא געבוירן... אזוי ווי חיים חייקל האט געטאן).
4. מיט וואס נאך קען איך אייך העלפן (אוי... איר ווייסט אפילו נישט ווער 'איך' בין... הער אויס... יהללוך זר... איך קען זיך נישט אינטראדאסן [וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש? באדאסן?]... איך לאז דאס איבער פאר אנדערע)???
אייער פריינט
קרעמער
דער געוועזענער ארענדער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:28 |
|
| |
התאחדות, חיים חייקעל געבוירען דא? געוואלדיגע נייעס.
פארציילט מיר יעצט מיין בעה"ב אז זיין בעל אכסניא ביי וועם ער איז איינגעשטאנען סוכות אין בני ברק האט לעצטענ'ס גענומען א בריסקער איידים.
די ערשטע נאכט סוכות, דער נייער איידים מאכט קידוש און זאגט דעם לישב בסוכה מיט פארגלייזטע אויגען. תיכף דערנאך לאזט ער אראפ די מכנסיים, זעצט זיך אראפ אויף דער ערד און טרינקט אויס די כוס קידוש וויין, צום שטוינונג פון די גאנצע משפחה ארום.
אלע שטייען אנטוישט און צעשאקעלט פון זיין התנהגות, זאגט ער וואס איז די ווינדער. מען דארף דאך מקיים זיין לישב בסוכה אן א חציצה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:27 |
|
| |
אונז האמיר דא אין קרעטשמע א כאשיווען דאיען ער הייסט ערעב זארעכ[פעפער] ער פירט זיך צו שרייבן אלע לאשען האקאדישע ווערטער אזוי ווי די אלטע אידישיסטן, (עיין במעלות) איך זיץ מיט איהם יעדע נאכט ביי דינעטארעס אזוי וואו איך זעה אז איר זענט אויך גאנץ א קנאפער טאלמיד כאחעם, קלער איך אייך אריינצונעמן אין אונזער בעסדין
פארשטאנען???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:21 |
|
| |
שוין, פארשטייט שוין דער 'פשוטער חיים חייקל' ווייטער נישט די הויכע שפראך פון 'די התאחדות'.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:19 |
|
| |
חיים חייקל באלד רוף איך אריבער אונזער כאשיווען דאיען, און אפשר וועסטו קענען ווערן דער דריטער דיין אונזערער
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:16 |
|
| |
אלס א 'פשוטער וואסער טרעגער', וועלכע פאלט אריין אין א קרעטשמע וואנדערנדיג פון דערפל צו דערפל, מיין איך אז מיין פלאץ איז נאר אין ...
קרעטשמע...
אפשר נישט?
קען זיין אז די דע"ת פון די 'התאחדות' איז אנדערש...
אבער, וויסן זאל די 'התאחדות' אז ווען דער 'פשוטער וואסער טרעגער' האט זיך אזוי היינט צופרי ארויסגעלאזט אויף זיין וועג, מיט די אמפערס וואסער אויף די פלייצעס, האט ער אויך פרובירט זיך אפצורוען און אראפשטעלן זיינע עמערס וואסערס אין דערבייעדיגע קרעטשמעס, זען און הערן וואס דארט טוט זיך (פארשטייט זיך אז אזא פשוטער וואסער טרעגער האט נישט געהאט די חוצפה דארט אריינצורעדן...), אבער נאך איידער ער איז אריינגעקומען, ביי די טיר, האט ער גלייך אפגעיאגט פון דארט, צוליב איר אומאייגענעמליכקייט מיט וואס די אנדערע קרעטשמעס זענען אנגעפיקעוועט...
הא נו וואס זאגט 'די התאחדות' צו א דע"ת פון א פשוטן חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:13 |
|
| |
קרעמער רופט עס די פאספארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 22:04 |
|
| |
איז לאז מיר דיר מסביר זיין, ווען מ'געט א קליק אויף דיין נאמען העכער די דרשה דיינע, קען מען זעהן וואו אלץ דו האסט שוין געזאגט דרשות, און וואסארא פלעצער אין וואסארא פארומ'ס, קוק דיך איבער וועסטו זעהן אז דיין ערשטע דרשה איז דא אין קרעטשמע, און דו ביסט נאך ניטאמאל ארויס אפילו פאר א בליק טוהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 21:56 |
|
| |
איך - חיים חייקל דער פשוטער וואסער טרעגער - פארשטייט נישט פונקטלעך די הויכע שפראך פון די 'התאחדות'.
ביטע, זאל זיך די 'התאחדות' אראפ לאזן צו די פשוטע 'עמך אידן' און געבן צו פארשטיין..., אזוי אז אפי' 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' זאל אויך פארשטיין פון וואס די התאחדות רעדט...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 21:50 |
|
| |
חיים חייקל, לויט וואו ס'קוקט מיר אויס ביזטו געבוירן דא אין קרעטשמע, קוקט איבער זיינע תגובות
|
|
|
|
|