| נשלח ב-2/11/2005 23:17 |
|
| |
חיים חייקלס פראגע צום אלטן ארענדער
היינט צופרי, חיים חייקל שארט זיך אריין אין א נייע קרעטשמע, לאזט אינדרויסן ביי די טיר זיינע וואסער פעסער, זעצט זיך צו צי א געטראנק, באלד דערוואוסט ער זיך ווער עס זענען די בעלי-בתים פונעם קרעטשמע. מאשקע רוימט אים באלד אריין אין אויער: "איר דארפט נישט מורא האבן, דער פריץ פון אונזער קרעטשמע איז יעדן פארבייגייער מקבל מיט א שמייכל אויפן פנים, מיט א ברייטן שלום עליכם, ער מאכט אייך פילן כאילו - משטיינ'ס געזאגט - דער גאנצער קרעטשמע איז געשטאנען עד היום און געווארט אויף אייער באזוך..."
חיים חייקל כאפט א בליק ארום צווישן די אלטע הילצערנע טישן פון די קרעטשמע, און מערקט עפעס נישט אז יעדער פארבייגייער זאל באקומען עפעס אזא שיינע אויפנאמע ווי עס האט באקומען דער פשוטער וואסער טרעגער חיים חייקל...
וואס איז די מעשה מיט דעם חיים חייקל???
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 01:26 |
|
| |
חיים חייקל טראכט אז ער זיצט נישט א גאנצן טאג אין 'די התאחדות'... חיים חייקל ארבעט שווער, ער איז אויסגעמיטשעט ער שלעפט זיך א גאנצן טאג מיט זיינע וואסער אמפערס אויף די פלייצע, דעריבער מאכט זיך אז ער דענקט נישט אלס אזוי פונקטלעך...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 01:15 |
|
| |
אוי דאן וואס הייסטו מיר זוכן ביי די טישלעך, איך זעה שוין דאפעלט, דאס איז נישט שיין געווען.
דרך אגב אזוי לאנג האט דיר גענומען צו געפינען ביי וועלכען טישעל דאס איז, מסתמא האסטו געזוכט ביי אלע טישלעך, הא? האסט געמיינט אז יענעם'ס גראז איז גרינער?? ביז דו ביסט געוואר געווארן אז עס ליגט ביי דיר אויפן טיש
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 01:10 |
|
| |
דא, באלד ביים זיך צושארן צו דעם טישל, האט חיים חייקל מודיע געווען, אז ער לאזט זיינע פעסער וואסער אינדרויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 01:06 |
|
| |
ברענג די לינק צו די טישלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 00:45 |
|
| |
אה... עליכם שלום אייך, ס'איז א געשמאק פאר 'חיים חייקלען דער וואסער טרעגער' מיט אייך צו 'פארברענגען'
כאפט א שפאציר און פארברענגט אביסל צווישן די היינטיגע טישלעך פון די קרעטשמע, וועט איר שוין זען אז חיים חייקל האט געלאזט אלע זיינע וואסער פעסער אינדרויסן, נעבן די הילצערנע טיר, איידער ער איז אריינגעטרעטן אין די קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 00:38 |
|
| |
אה,, קודם שלום עליכם חיים חייקל, זעץ דיר אוועק הער דיר צו רואיג וואס יעדער
שטעלט מיט זיך פאר, איך פלעג אמאל האבן דא א טישל מיט א סושי באר
עס האט זיך ממש לעצטנס פארשפארט, צוליב עס איז געקומען א פארלאנג פון קרעמער
ווייל עס האט געמאכט צופיל שמוץ, ער האט מיר געבעטן צו ווערן א סארווער אין די
קרעטשמע , סאוי פליז לאז די וואסער אינדערויסן ווייל דא איז געווארען א גאנצע
גליטש, אה.. חאזעריי... פעך... יאנאש פליז קום העיר מאפפ גוד צונק מידעק נוי וואסער
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 00:15 |
|
| |
די דערפל בלאג איז אין די ריכטונג...
http://www.blogger.com/start
דער נחום איז פארשוין וואס דער דבר המנהל גלייכט איהם נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 00:07 |
|
| |
איך מיין - פארשטייט זיך, נאר אויב איר זענט באוויליגט - אז איר זאלט איינשלונגען נאך א גלעזל 'שנאפס' און מער ערקלערן פאר חיים חייקלען וואס איז דאס בכלל א בלאג?
און ווער איז דער נחום?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 23:55 |
|
| |
נו, דערלאנג מיר אהער א גלעזל 'שנאפס'...
חיים חייקל איז דאך דער פשוטער וואסער טרעגער פון דארף, ער פארשטייט נישט די הויכע שפראך...
עפנט אייער מויל, גיסט אריין נאך א גלעזל 'שנאפס', און אז דער מויל איז שוין אפן גיבט ביטע צו פארשטיין פאר חיים חייקלען וועלכער דערפל ס'הייסט בלאג? און ווער איז דער נחום דער וואסער טרעגער דארט אין דעם דערפל?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 23:45 |
|
| |
דו האסט עפעס א שייכות מיט דער בלאגער נחום דער וואסער טרעגער???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 23:30 |
|
| |
דאס ברויכט איר פרעגן דעם פריץ אדער מאשקע'ן. ווער בין איך?
אבער אן השערה וועל איך מיר ערלויבן צו זאגען:
קיינער פון די נייע גולשים איז נאכנישט אנגעקומען אין קרעטשמע מיט אזויפיל אייפער און מיט אזויפיל פאטאס און מיט אזא גוטמוטיגע שמייכל וואס האט אויפגעלעבט אלע אנוועזענדע.. אפילו דער אלטער ירוחם בערל וואס ליגט שוין אין א קאומא ל"ע א סעריע יארן האט זיך היינט אפגעגאסן די צוקנייטשטע זיידישע הענטעלעך זיינע און נאך איידער ער האט עספיעט אויסצושרייען אז מען זאל אים ברענגן נאך א גלעזל זעקס-און-ניינציגער כדרכו יעדן פרימארגן, האט ער נאר געוואלט וויסן "ווער איז דער חיים-חייקל וואס האט מיר אויפגעוועקט"???
|
|
|
|
|