בית פורומים היימישע קרעטשמע

בא גד, מכ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/11/2005 23:35 לינק ישיר 
בא גד, מכ

בא גד ס'קומט זיך מיר א מז"ט. (אזוי האט מען געטייטש אין חדר)

כ'מוטשע זיך זייער. ווי זאל איך פארשרייבן מיינע יערליכע שמחות? ס'איז שוין צייט צו אנהייבן מיט די מעשי אבותי.

מיין פאטער האט זיך געפירט צו פארצייכענען אין א נועם אלימילך. וואודעראום מיין שווער איז מקפיד אויף א של"ה הק'.

וואס זאל איך טוהן?

וואס איז די סיבה בכלל פון דאס אריינשרייבן. איך האב נאכקיינמאל נישט פארגעסען פון וויפיל מיין געזונדל באשטייט.

אויך, וואס שרייבט מען דארט אריין? DOB? קראתי על שם? סנדק מוהל? יא אדער נישט גענוצען עפידורל?


ביטע העלפט מיר מיט מיין צער גידול בנים ובנות!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2005 18:16 לינק ישיר 

WOW א שאד איך בין נישט געווען אין קרעטשמע ביז היינט, ווען איך ווייס ווען דעם חשבון קען זיך דאך זיין אינגער פון מיר מיט צען יאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2005 18:14 לינק ישיר 

התאחדות;

איך הייב אן טראכטן אז איך בין דיין זוהן... ווייל איך בין אויך געבוירן נאך רבינו תם (רבינו תם איז געבוירן ערגעץ אין שנת ד' אלפים). און אויך פאר צוועלף אזייגער!!!

איך בין אינגאנצן צומישט פון דיין פראבלעם מיט די יארגענג.

לאמיר זאגען אז דו ביסט געבוירן אין שנת תשל"ט, און מרת התאחדות איז געבוירן אין שנת תשכ"ט (נאר א משל), ביסטו "צען יאר אינגער" פון איר. אויב איז פארקערט די מעשה, אז דו ביסט געבוירן תשכ"ט און זי אין תשל"ט, וויל איך סתם וויסן פארוואס דו האסט חתונה געהאט ביי די דרייסיג אדער זי ביי די צעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 17:55 לינק ישיר 

מ.ב.קרעמער אגוטן ערעוו שאבעס

דו דארפסט נישט געסטן וועלכע ספר דו ווייסט אוודאי אליין.

דערויף די שעה פארשרייב איך ווייל מיין עלטסטער איז געבוירן נאך ר"ת פאר 12:00 ממילא שטימט דאס נישט די ענגלישע און די אידישע דעיט, ודוק

אין טור האב איך געקוקט אזוי ווי דער האן אין בני אדם, איך האב ארויסגענומען דעם טור ווייל איך בין דאן געווען שנה ראשונה, איך האב געוואלט ווייזן פאר מיין שווערר אז איך קען מיך אויס אין די שווערע טבלאות, אבער ער זיצט אין די זייט און לאכט, פרעג איך איהם וואס גייט פאר זאגט ער מיר אז אין טור גלייבט ער נישט אז ער שרייבט די דעיטס פון היינטיגע צייטן.

איך פארשטיי בכלל נישט דיין שאלה וואס א חילוק ווער סיז עלטער, אז דו פארשטייסט נישט אליין קען יאך דיר דאס נישט מסביר זיין, דא האט צו טוהן מיט די מעשה פון די צוויי ציגן אויפן שמאלן בריק, כל העולם כולו גשר צר מאוד והכלל והעיקר שלא להתפחד כלל.

דאס אויסצורעכענען האב איך לבסוף גענומען אן אלטער לוח וואס מיין טאטע האט אוועקגלייגט, פון יענס יאר, די לוח צו פארשטיין האט מיר גענומען בערך א חודש, וד"ל.

גראדע בין איך נישט אין זעלבן יארגאנג ווי מרת סאכדעס, האב איך נישט געקענט טשעקן דורך קוקען וועלכס איז פריער, ווייל מיין דעיט איז פריער אין יאר, האב איך זיך בארעכנט דאס אליין אויסצורעכענען, פרעג נישט איך האב אפילו אויסגעטאהן די שיך און שטרימפ צו רעכענען, ביז איינער האט מיר מנדב געווען א קאלקלעיטער, איך האב איר געפרעגט וויפיל טעג זי לעבט שוין איך פרובירט צו רעכענען סיז נישט געגאנגען ביז לבסוף איך האב געטוהן כנ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2005 07:27 לינק ישיר 

ביטע שעהן, זייטשע אזוי גוט - פויער לעבן - און טייטש מיר איבער די רוסיש אויף פלעין אידיש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 07:11 לינק ישיר 

אז עס איז שוין אזי מיר אונטערגעקומען דא אין קרעטשמע רעדן די קינדערלעך פון, .... ביי אונז פלעגט מען זאגן אין רוסיש....."בענדעש כנאפצע יעבעשטי בלעווע".... מיין טאטע אול אב האנעשאלעם האט דאס שטענדיג געזינגען ביים פאשען די קיען אין דערפל יוזבוסלאכאוו.... "בענדעש כנאפצע יעבעשטי בלעווע"....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2005 05:39 לינק ישיר 

הייסט דאס אז עס איז שוין גארנישט קיין ווערטל? דו מאכסט ערנסט א שמחה דעם שבת?

מזל טוב!! מזל טוב!! זאל השי"ת העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין מגדל צי זיין דאס קינד לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אינאיינעם מיט דיין בני בית זאלסטו זוכה זיין צו זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער געזונטערהייט, מתוך נחת והרחבת הדעת דקדושה, און מיט אסאך געלט!!

==

פערצופאל, די וואך איז ברוך השם געווען א שפע פון 'היידפארק' קינדער... אויסער 'נתן101' און 'עוורעדזש' ווייס איך פון נאך הרוצה בעילום... וואס זענען די וואך געהאלפן געווארן ב"ה.

אויסערדעם, האב איך ברוך השם די וואך אסאך שמחות ביי ריעל-לייף חברים ב"ה (יעצט גיי איך נעמען א קאלקולעיטער און אויסרעכענען וועלכע פון די בעלי שמחות וואס איך קען אין ריעל-לייף, קענען זיין נתן אדער עוורידזש אדער די אנדערע...).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 03:20 לינק ישיר 

קרעמער: מאכסט מיך לאכן.

ביסט געלאדענט צום זכר/קידוש. (כ'וויל נישט זאלסט כאפן ווער איך בין. אין אזא גרויסע שטאט ווי וומס, גאו פיגאר)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2005 02:00 לינק ישיר 

התאחדות;

איך מעג GUESS'ן אין וועלכן ספר דו שרייבסט אריין דיינע בא'חן'טע קינדערלעך?

איך האב יעצט איבערגעקוקט מיין "ספר הזכרון" און געזען אז איך פיר זיך נישט צו שרייבן די ענגלישע דאטום'ס (בכלל איז נישט אויסגעהאלטן צו רעכענען לויט זיי אלץ ראשון הוא לכם וגו'), ווי אויך זעה איך נישט די תועלת פון אריינשרייבן די שעה (אויסער אויב דו ווילסט דאס קינד זאל קענען אויסרעכענען אויב ער איז געבוירן אין שבתאי אדער מאדים).

איך שרייב אויך אריין ווען די ברית איז געווען, און אויב עס איז געווען בזמנו אדער נישט.

אגב, איך הייב נישט אן צו פארשטיין דיין פראבלעם פון "וויסן ווער עס איז עלטער", אויסער דעם וואס עס איז לכאורה נישט קיין נפקא מינה... ווייל ביי א מאן-ווייב גייט מען געווענליך נישט נאך די עלטער אדער די הייך... נאר...

אויך וויל איך וויסן אזוי, אויב איר זענט געבוירן אין די זעלבע יאר ווי אייער בני בית, קוקט לויט די ענגלישע דאטום דיינער, איז עס פריער אדער שפעטער פון איר ענגלישע דאטום אדער נישט (אויב דו קענסט נישט די ענגלישע מאנאטן, קענסטו דאס טאן אויף רוסיש).

און וויאזוי האט דיר די טור געהאלפן? שטייט אין דיין טוב ענגלישע דאטום'ס?

==

מיטלמעסיג/דורכשניטליך;

ווילאנג האט דיר גענומען צו מאכן דעם SUBTOTEL? האסטו געברויכט נוצן מער ווי איין EXCEL פייל?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 01:31 לינק ישיר 

דאנק אייך קרעמער.

מכ איז א טעות.

ויכתב בספר, איז א גיטער אסמכתא. אבער עס ארט מיר, פארוואס שטייט נישט א רמז אז מ'רעד פון קינדער.

איך האב חלילה נישט געפלאנט אפצוטרעטן פון מסורת אבות. עס לויפט אבער נישט אוועק. מיין אקאונטענט האט מיר פשוט גהייסן מאכן א חשבון, און אז כ'האב שוין דעם ס"ה וויל איך דאס פארצייכענען איינמאל פאר אלעמאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2005 01:27 לינק ישיר 

היות מיין טאטע פארשרייבט דאס אין א נועם אלימלך און מיין שווער אין איך געדענק שוין נישט, און מיין זיידע אין א דריטן ספר, ממילא...
פיר איך זיך דאס צו שרייבן אין ספר וואס איך לערן די מערסטע, (פארשטייט זיך אז נישט אין די וואס איך לערן איך האב געקויפט ספעציעל איינס) דא בין איך שוין ווייטער אין איין דרגא מיט מ.ב.קרעמער וואס ער האלט אז דאס האט מיט געפיל.
יאך פיר זיך צו שרייבן די אידישע דעיט און די ענגלישע דעיט, משום מעשה שלא הי' מיין שווער האט נאר פארשריבן מיין ווייב'ס ענגלישע דעיט, און איך האב געוואלט וויסען ווער סיז עלטער -איך האב נישט קיין פאלם- האב איך געדארפט ארויסנעמן דעם טור און רעכענען ביז איך בין געוואר געווארן אז זי איז עלטער, ממילא פארשרייב איך ביידע דעיטס, און וואו אויך די שעה מיט עי עם און פי עם, און וואו אויך ווער דער מוהל איז געווען =אגב דאס בין איך אליין נאר ביים ערשטן האב איך נאר געמאכט חיתוך= און ווער דער עומד על גבי איז געווען, ווען דער ברית איז געווען, דאס איז מיר נאכנישט בייגעפאלן צו שרייבן נאך וועם זיי הייסן, ווייל ווי וועם דען הייסן זיי?, באט איך וועל שוין האבן ארבעט היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2005 23:39 לינק ישיר 

וואס איז דער באדייט פון "מכ" נאך "בא גד"?

דער מקור פון אריינשרייבן אין א ספר שטאמט פון "ויכתב בספר הזכרון לפניו", און אויב דיין פאטער פירט זיך אזוי, גייט אן ביי דעם דער ענין פון "שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך", מסורת אבות איז א געוואלדיגע ענין, און עס ברויך אפילו נישט קיין מקור!

צום ענין: יעדער שרייבט אריין אין דעם ספר וואס ער האט געפילן דערצו, איך ווייס מענטשן וואס שרייבן אין א חומש, אין א גמרא, אין א ספר פון א זיידען, אין "ספר החיים" פון ר' שלמה קלוגער!

געווענליך (די ספרים וואס איך האב געזען) שרייבט מען אריין דעם געבורט דאטום, דעם נאמען (טייל שרייבן אויך צי נאך וועמען דאס קינד הייסט).

איך האף איך האב דיר געהאלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בא גד, מכ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext