בית פורומים היימישע קרעטשמע

חיים חייקלס ששת ימי המעשה זיך אנגעהויבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2005 18:48 לינק ישיר 
חיים חייקלס ששת ימי המעשה זיך אנגעהויבן

די ששת ימי המעשה האבן זיך ווידער אנגעהויבן מיט א פרישקייט, 'חיים חייקל דער איינפאכער וואסער טרעגער פון דארף' הענגט זיך אן מיט זיינע אלטע פארדזשאווערטע וואסער אמפערס אויף די פלייצע, לאזט ארויס אין זיין וועג מקיים צו זיין דעם מצות עשה פון "ששת ימים תעבוד..."

שווער, זייער שווער, ארבעט חיים חייקל צוזאמענצושטעלן די פאר אויסגעדראשענע גראשן צו שפייזן זיין געזונדל. שלעפט זיך אזוי חיים חייקל פון איין איינגעפאלענע שטיבעלע צו דער צווייטע, פון איין כאטקע צו דער צווייטע, און גארנישט! איבעראל הערשט א טויט שטילקייט. דער גאנצער דארף איז נאך איינגעהילט אינעם טיפן שלאף פונעם "במוצאי יום מנוחה..."
עפעס א קלייניקייט נאך אזא גרויסער רוה טאג ווער פארמאגט דען נאך אין זיך אביסלע כוחות...

נישט האבנדיג פאר זיך קיין צוויי ברירות שארט זיך אזוי חיים חייקל אריין אין די קרעטשמע, פיל מיט האפענונג אז ווארשיינדלעך וועט ער שוין אין די קרעטשמע אנטרעפן עפעס איינעם וואס זאל אים געבן צו פארשטיין דער גרויסער שטילשטאנד וואס האט ארומגענומען דעם גאנצן דארף.

ווי א פארווינדערטער איז חיים חייקל שטיין געבליבן! אזוי ווי דער דארף אזוי איז די קרעטשמע! ס'שטיל, ס'טונקל, אין יוצא ואין בא, ס'נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש!

וואס האט דא פאסירט היינט???



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 19:30 לינק ישיר 

חיים חייקל איז גראדע אלאמאל פון די 'יא' צופרידענע, אלעמאל איז א פרידליכער שמייכל אויסגעצויגן אויף זיין געזיכט..., אפי' ווען ער קומט אהיים ביינאכט, נאך א שווערע טאג וואנדערונגען, מיט זיינע "פילע" אמפערס, ווייסט ער אויך באלד צו זאגן: שוין, אלעס איז 'מן השמים'...

חיים חייקל שפיצט אויך אן א אויער, און ווארט אויך מיט גרויס נייגער צו הערן וואס דער 'קרעטשמער' האט צוזאגן. זיין אבזערוואציע, זיין מיינונג, איבער דעם קעניגליכן באזוך פונעם פריצישן בירגערמייסטער, ביי אונז אין דארף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 19:01 לינק ישיר 

דער ותיקין מניו איז שוין לאנג ביי דער ארבייט, די קינדערלעך זענען שוין אין חדר ביי די מלמדים און חיים חיקל דערזעהט זיך אליין זיצענדיג אויף דער הארטע באנק און קרעטשמע.
ביסלעך ווייז קומען אן די שפעט אויפשטייער, איינער מיט א קאווע אין האנד א צווייטער מאכט זיך די פיאות א דריטער וויל שוין א גלעזעל קאניאק און אלע ווילען נאר וויסען איין זאך. "וואסי נייעס"?
חיים חייקעל האט אייביג צו דערציילען, אלע שטייען ארום אים מיט פארגלייזטע אויגען און הערען זיך צו ווי ער שילדערט דעם באזיך פון שטאטישען בירגער מייסטער וואס האט אסאך כבוד באקומען פון די שטאטישע טאטעס.
עס הייבט זיך אן א גערייבעריי צו איז דער עקאנאמיע אין דארף בעסער געווארען אדער ח"ו ערגער זינט דער מעיאר איז אין אמט.
חיים חייקעל איז פון די נישט צופרידענע, זייט 4 יאר צוריק איז דאס וואסער שלעפען היבש שווערער געווארען און וויל א טויש. אנדערע זאגען אז דייקא דער מעיאר איז א אוהב ישראל און וועט צולאזען אלע זאכען וואט האט מיט'ן מויל צוטוען ווי למשל מציצה.
די טענער ווערען העכער, עס גיסט זיך איין שליוואוויץ נאכ'ן צווייטען ווען דער קרעטשמער אליין ערשיינט מיט א פרישקייט, דאס הארטע מאדראץ אויפען שטערען זאגט עדות אז עס איז נאך נישט דא כביצה לצלות זינט ער האט זיך אפגעזעגנט מיט איר ביז אויף דערנאכט. יעצט וועלען מיר הערען וואס ער האט צו זאגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חיים חייקלס ששת ימי המעשה זיך אנגעהויבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext