בית פורומים היימישע קרעטשמע

דעם בירגערמייסטערס באזוך אין דארף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2005 20:48 לינק ישיר 
דעם בירגערמייסטערס באזוך אין דארף

במוצאי מנוחה... א גערויש פון מענטשן זעט זיך אן אין אלע געסלעך פון דארף, אין יעדן ווינקל און יעדן געסל קלויבן זיך צוזאמען געזעמל פון מענטשן, קיפקעס איבער קיפקעס. חיים חייקל שפאצירט זיך אזוי געמיטלעך צווישן די גאסן פון דארף, צווישן די מאסן פארזאמלטע, און פרובירט צוצינייגן אן אויער איבער דעם מאסן פארזאמלונג.

האסט נישט געהערט? ווייסט טאקע נישט?
דער גרויסער פריץ, דער בירגערמייסטער פון די געגענט, פארט פארביי היינט אווענט ביי אונז אין דארף, און אלע ווי איינס - קינד און קייט, יונג און אלט, מענער ווי פרויען - ריכטן זיך אים מקבל פנים צו זיין.

וואס? וואס? הער איך גוט? - פרעגט חיים חייקל א פארוואונדערטער – דער גרויסער פריץ, דער באקאנטער בירגערמייסטער, דער... דער... דער... איז דאך א גרויסער רש..., ער איז דאך דער וועלכער האט פארשטאפט זיינע גרויסע פריצידשע אויערן, בעת הויך געבילדערטע געלערנטע, מאדערענע, מענטשן פון אונזער דארף, האבן פארארבעט א גזירה קעגן אונזער'ס א באליבטע מצוה, אויף וועלכע אונזערע עלטערן און אור-עלטערן האבן זיך געלאזט הרג'נען אים דארפן מיר מקבל פנים זיין?

יא! יא! – ברומט זיך אזוי אונטער שמעלקע דער אלטער ארעמער שיסטער – דער גרויסער פריץ, וועלכע האט קיין אנונג און פארשטייט נישט מיטאמאל וויאזוי מיר ארעמע דארפסלייט שטיפן דורך דעם טאג טעגליכן געברויך, ערלויבט זיך נאך כסדר אויף אונזער חשבון ארויף צו ריקן די ראטעס און די שטייערן, אן דעם וואס ער זאל אפי' און באטראכט נעמען זיינע ארעמע דארפסברידער...

וואס הייסט? פארוואס זאלסטע אזוי זאגן? – שרייט צוריק נחמן נטע דער האלץ האקער, אביסל א צוקאכטער – ווייסטו דען נישט, אז דער גרויסער פריץ האט הערשט לעצטענס, נישט לאנג צוריק, אויפגענומען א גרויסע חשובע רבנ'ישע דעלעגאציע, ווי עס זענען אנוועזנד געווען אלע רבנים פון די ארומיגע דערפער, און האט דאן באוויליגט מיט זיין גוטהארץ, און גאט'ס הילף, אפצושרייען די גזירה.

חיים חייקל בלייבט שטיל אויף א וויילע און ווארט אז די פארזאמעלטע זאלן אים געבן א פונקטליכע ערקלערונג:



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 21:39 לינק ישיר 

איך האב איהם געבעטן אז ער זאל בויען א געהעריגן בעסדינ שטיבעל, איך האף אז ער וועט דאס אונז געבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2005 21:13 לינק ישיר 

די קלעזמער שטייען מיט א פארכאפט אטעם, ווארטענדיג אויפן מעיאר ירום הודו וואס גייט ערשיינען אט אט מיט א סוויטע פון די קהילה פארזארגער.
די קינדערלעך טוט מען אויס די שמיציגע ווייסע העמדער עס פאסט נישט פאר אונזער חשובער פריץ וואס איז אוהב ישראל און אליין פון אידישען אפשטאם.
מיט ריינע ווייסע העמדער און שיינע פיאולעך שטייען אויסגעשוהרט די צאן קדשים און קוקען ארויס אויף די וועגנער וואס ברענגט דעם הויעך געשעצטען בירגערמייסטער וואס גיבט אויס א טאג מער ווי א מיליאן דאללאר צו ווערען ווידער-ערוועלט.
בעלי מנגנים זינגען לכבודו די אין קצבה מארטש'ס מיט א ריטום פון פרייד ווען דער מעיאר אויפ'ן פלאטפארמע מיט א שווארטץ קאפעל הערט זיך צו מיט טרערען אין די אויגען. ער זאגט. ווערי נייס, סוי נייס.
ער זאגט צו, צו בויען נאך זיבען טויזענט דירות אין דארף, פארטרייבען אלע ארטיסטען,
עפענען נאך א ליניע אויפ'ן וויליאמסבורג ברידזש נאר פאר אחב"י. מער נישט דארפען רי-סערטיפייען סעקשאן 8 מיט פוד סטעמפס און מעדיקעיד נאר אייו מאל א שמיטה.
אין אלע פראדזשעק'ס וועט מען נאר טיילען דירות פאר אידען און אלע פובליק שולע'ס וועט מען איבער געבען פאר אידישען געברויך. מציצב בפה איז ערלויבט אפילו פאר נישט מוהלים.
דארף נאך עמיצער עפעס? כאפט אריין ווייל היינט איז כל הפושט יד נותנים לו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > דעם בירגערמייסטערס באזוך אין דארף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext