א שוואגער מיינער האט מיך געבעטן איך זאל אים ארויס העלפן זיך לערנען אביסל אמעריקאנע היסטאריע.
וואס גייט פאר?
ער גייט בקרוב האבן א טעסט פאר סיטיזענשיפ, על כן בעט ער איך זאל אים העלפן זיך ציגרייטען.
כ'האב אנגעהויבן צו ליינען דערוועגן. צום ערשט האב איך אנגעהויבן מיט די פרעזידענטן, איך האב מיך באגעגענט מיט אסאך אינטערסאנטע פאקטן וואס אפילו איך - א געבוירענער יענקי - האב נישט געוויסט דערפון.
איך וועל פרעגן עטליכע פראגעס, איך בין נייגעריג צו דער עולם דא ווייסט צו ענטפערן. (אבער פליז, נישט טשידען..)
1. וויפיל מענטשן האבן געדינט אלס פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס?
ראנאלד רעיגען איז געווען אן אקטיאר איידער ער איז געווארן גאווערנער פון קאליפארניע (אויך אהנאלד... דער גאווערנאר פון קאליפארניע איז געווען אן אקטיאר פון פריער, ודעתו לחזור) און פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
==
וועלכער פרעזידענט איז געווען אן אקטיאר בשעת ער איז געווען פרעזידענט?
נשלח ב-14/11/2005 08:40
קרעמער זיי נישט בייז [גימל קענסטו יא זיין...]
דערפאר האב איך געפרעגט "צוויי" פראגעס, כדי נישט אינגאנצן צו פארדרייען דעם אשכול...
"און די וויפילטע ???"
וואס קיינער האט נאכנישט גענטפערט.
אגב, איך הנאה אז דו האסט געוויסט דעם ענטפער אויף די ערשטע שאלע...