אויך מיר א ראש הקהל - קלער איך צו מיר אליין זיצנדיג אויסגעצויגן אויפן ברייטן פאטעל אין מיין פאלאץ וועלכע געפונט זיך ביים ברעג ים וואו די כוואליעס קלאפן אין די זאמד און מאכן א גערויש וואס שלעפערט איין מיין הויז געזונדל און געט מיר א געלעגנהייט צו קלערן אביסל מיט א ניכטערן געוויסן - דער יענטאאש'ל, ווער מיינט ער אז ער איז? הא?
קיינער ווייסט נישט וואו ער דרייט זיך איבערן טאג, גייט ארויס אין פרי בעגינען צום נאנטן שטעטל שתדל'ן ביי די ארטיגע פריצים זאלן ביי אים, און נאר ביי אים, קויפן די וועלדער און די וואקסענע ליכט אויף וואס ער האט די מאנאפאל נאך בירושה פון זיין פארגייער דער געוועזענער ראש הקהל רבי ירוחם פישל זאל זיך מיען.
ווען ער קומט צוריק איז שוין שטאק פינסטער, אפילו די הינטלעך ליגן שוין אויסגעשטרעקט אין זייערע ביידלעך נאכן אפלעקן די ביינדלעך וואס סטעפאן דער פריץ פון דארף האט זיי אונטערגעווארפן אלץ באצאלונג פאר זייער געטרייע ארבעט היטנדיג אויפן זיכערהייט פון דארף.
דער אזוי גערופענער ראש הקהל שארט זיך אריין אין זיין פרעכטיגן צוויי שטאקיגן פאלאץ ארום האלבער נאכט, פארמאכט די טיר אונטער זיך צושטייטעלעך, שעפשענדיג א תפילה אז די יענטאאש'טע זאל זיך נאר נישט אויפכאפן און פרעגן פון וואו ער קומט אין אזא שפעטע שעה.
איבער די קהילה מיטגלידער געוועלטיגט ער מיט א אייזערנע פויסט און א שטייפע האנט, קיינער דערוואגט זיך נישט אריינצורעדן אדער חס ושלום זאגען פארקערט פון "יענטאאש דער ראש הקהל", וואס מיט זיינע שארפע בליקן האט ער שוין מער ווי איינמאל אוועקגעלייגט מענטשן אין חלשות.
דער זייגער בלייבט נישט שטיין און צייטן בייטן זיך, נייע פנימ'ער ריקן זיך אריין אין דערפל, און פארלאנגן נישט מער און נישט ווייניגער נאר - א ווארט וואס איז געווען פארבאטן צו טראכטן דערפון ווען דער ראש הקהל איז געווען ביי די כלים - "וואלען"!!!
אומגלויבליך - הערט מען רעדן צווישן די טישלעך פון די קרעטשמע - ממש אומגלויבליך! שמועסן די אנוועזנדע צווישן זיך, ווען זיי דרייען זיך אויס מיט שרעק צי יעדן שארך, קלערנדיג אז אפשר איז שוין דער ראש הקהל אויפגעקומען אויף זייערע מאטיוון, א דאנק די געטרייע מענטשן זיינע וואס ער האט איינגעפלאנצט צווישן דעם רעוואלטירענדע עולם.
עטליכע פון די באטייליגטע ביי די היסטארישע מיטינג האבן זיך געוואנדן צו מיר - דער הויכגעשעצטער גראף - מיט א בקשה אז איך זאל זיי צושטיין צי דער האנט, און מען זאל דעם אומפארשעמטן אזוי גערופענעם מכלומר'שטן "ראש הקהל" ווייזן דעם וועג, שעמען זאל ער זיך פארן איבערלאזן דעם דערפל אויף הפקר ווען די עקאנאמיע איז אזוי שוואך און די פויערן פון די ארומיגע געגנטער רישן זיך צו מאכן א פאגראם אויף די איינוואוינער פון דערפל און באראבעווען זייער שפאר ביסל האב און גוטס.
איך לייג ארויף איין פוס אויפן צווייטן, קלער זיך גוט איבער, וואס קענען זיין די קאנסעקווענצן פון מיין זיך אריינמישן אין די אידישע אנגעלעגנהייטן אין דערפל, מיט וואס קען מיר דער טראציגער ראש הקהל מר. יענטאאש אפסטראשן ווען ער וועט הערן אז מיינע הענט זענען געווען אריינגעמישט אין אט דעם אויפשטאנד?
אזוי רופען עס די אידענעס דא אין קרעטשמע, אדרבה פארצייל וואס עס ליגט דערינטער.
ביי אונז אין שטוב איז ביי ברוך קל עליון פון דער טשאלענט קיין זכר שוין נישט דא.