| נשלח ב-7/11/2005 18:50 |
|
| |
די קרעטשמע זאל זיך אפטראגן! אבער שוין!
א גוט מארגן! באגריס איך אלע אנוועזענדע ווען איך שפאציר אריין דעם היינטיגן פריה מארגן אין די קרעטשמע, און צו מיינע נאזלעכער דערגרייכט עפעס א אויסטערלישע גערוך פון משקה. דער גערוך פון משקה איז נישט אזוי ווילד פרעמד דא אין די קרעטשמע, פונקט ווי א מקוה שמעקט פון זייפלעך און א קאווע שטוב פון זויערע מילך, אבער היינט איז עפעס דער גערוך אויסערגעווענליך שטארק, איך וואלט שוין אפילו זיך ערלויבט דאס אנצורופן אומדערטרעגליך.
מיינע גראפישע נאזלעכער צועפענען זיך און דאן פארמאכן זיי זיך דורך די צוויי ערשטע פינגער פון מיין רעכטע האנט, אויף מיין פנים ציהט זיך אויס א גרימאס פון דאנעט ביז לעמבערג, מיינע אנגעפאשעטע בעקעלעך ווערן אנגעפילט מיט לופט, לופט וואס ווארט ארויסגעבלאזן צו ווערן, אין אנדערע שפראכן ווערט דאס אנגערופן מיט דעם ווארט וואס ברענגט א סקרוך אין די ביינער פון די צוהערער: גרימצארן!!!
וואס איז די אויפברויז אזוי שטארק, וואונדערן זיך אלע ארומיגע, מען האט שוין געהערט אזאנס אז עטליכע קאנעס ביר זאלן זיך איבערקאצקענען און פארשפרייטן א ריח ניחוח אין גאנצן דארף, מסתמא איז דאס נישט די איינציגע סיבה פארוואס דער הויכגעשעצטער גראף שטייט דא ווי אן אנגעבלאזענע באלון גרייט צו פלאצן.
הערט אויס טייערע קאמעראדן, עס באדערט מיר שוין זייער לאנג א געוויסע זאך, איך האב עס געהאלטן ביי מיר אינעווייניג ביז יעצט, אבער יעצט אז די בלוט דרוק איז מיר ארויף ווי די גאז פרייזן און די ציקער פאלט מיר ווי די סטאקס וועל איך זיך שוין ערלויבן דאס אויך ארויסצוברענגן אויף מיין מויל, און זאלט איר נישט ברוגז זיין אויף מיר.
דעם גיבערניע האב איך גע'ירש'נט פון מיין פעטער דער גראף פאטאצקי אליין, זייענדיג א אידן פריינט האט ער מיר כסדר געבעטן אז איך זאל נישט קיינמאל וויי טאן די אידעלעך פון מיין הערשאפט, און איר זענט עדות אז איך האב פרובירט אויספאלגן די צוואה פון מיין באליבטן עלטער פעטער, ווען עס איז מיר נישט צי שווער אנגעקומען דאס איינצוהאלטן.
לעצטנס האב איך אבער באמערקט אז נישט ווייט פון אונז שפראצט א ריזיגע אידישע געגענט, פול מיט שטעטלעך און דערפלעך וואס אייערע ברידער פולען אן מיט זייערע געזונדלעך בלי עין הרע, דער געגנט ווערט גערופן מיט דעם אינטערסאנטן נאמען "אקטועלע וחדשות"...
איז מיר בייגעפאלן א פלאן: איך וועל ענק פארטרייבן פון אונזער "חברה וקהילה" גובערניע, אבער עס וועט נישט פאררעכנט ווערן פאר קיין שלעכטע טאט אקעגן די אידן, פארקערט, איך מיין עס וועט גאר זיין א טובה פאר אייך, אז איר וועט זיך טרעפן מיט אייערע פארלוירענע ברידער אויפן אנדערן זייט טייך. וואס זאגט איר צו מיין פלאן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 03:24 |
|
| |
ראש הקאהעל
ניכאמטאני
איך בין פשוט באזארגט פאר אונזער בעסדינ שטיבל, דער בירגערמייסטער האט צוגעזאגט אונז צוצושטעלן א נייע, איך האב פשוט מורא פונעם גראף אז ער זאל עס נישט שטערן, ער וויל עבאדעי אז אונז אידן זאלן כאסוועשאלעם זיך מיסדאיען זיין ביי ארקאאעס, פארשטייסטו שוין וואס איך בין אזוי באזארגט, איך מיין אפילו נישט מיר, איך מיין פשוט אונזער דאיען ערעב זארעכ
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 03:09 |
|
| |
סאכדעס... סאכדעס.... זיי רואיג זארג זיך נישט אזוי...
איך ווייס דו ביזט נאך שטארק איבערגעשראקן פון דעם טריפהנעם פרצוף פונעם גראף וועלכער האט דיך אזוי מיאוס אנגעגריפן נעכטן און היינט, אבער זינט מיר האבן דעם פארארדענונג אונטערגעשירבן מיטן זיגל פונעם גובערנאטאר, וועט זיך דער נאטשאלניק נישט ווייגן צו טשעפען א אידן, וואוסענדיג אז מען קען אט אראפרייסן די מונדירן מיט די אויסצייכענונגען זיינע, און אים מאכן פאר א גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 03:04 |
|
| |
הויכגעשעצטער ראש האקאהעל
ווער איז דער נאטשאלניק אין אונזער ראיאן
מ'דארף מברר זיין צו ער איז נישט אויף איין זייט מיט דעם פארשעמטן גראף דזשעסאן02, אויב יא דארף מען שוין אנשרייבן א טעלעגראמע צום גובערנאטאר איבער דעם ענין.
חיים חייקל וואס האלטסטו איבער דעם פלאן??
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 03:00 |
|
| |
אה..... שוין מ'קען אפאטעמען.......
ברוך השם! געלויבט ג-ט ברוך הוא!
הערשט קום איך יעצט פון מאגיסטראט אין פעטעבורג, ווי איך האב ב"ה אויסגעפועלט ביים הויכגעשעצטן גובערנאטאר, אז ווי נאר עס וועט זיך דערוואגן דער אומפארשעמטער גראף זיך צו ערעפענען דאס שמוציגן פיסקל זיינע, און ער וועט נאר פרובירן ארויסגעבן דערשרעקנדע און דראענדע באפעלן פון אונטער זיינע דיקע שטעכיגע וואנצען, וועלן מיר גלייך א רוף טאן דעם הויפט פאליציי שעף, וועלכע וועט אויפן פארארדענונג פונעם הויכגעשעצטן גובערנארטאר שיקן זיינע זשאנדארן, וועלכע וועלן דעם גראף אנכאפן ביי די לענדן און ארויספירן פון דא מיט שאנדע.
און דערצו, האט דער גובערנאטאר געשיקט א טעלעגראמע צום הויכגעשעצטן קייזער, אז ער זאל פון דעם גראף אויך אוועקנעמען די רעכטן איינצוקאסירן די שטייערן, זינט ער האט זיך לעצטנס זייער ברוטאל אויפגעפירט צו געצל'ען חיים חייקל'ס עלטסטער, דער מתמיד.
אט באלד קומט צו גיין יורי -דעם גרויסן סטעפאנ'ס בענאק- מיין משרת, אים האב איך געשיקט אין שייער ברענגען פרישע תבואה, זאל מען קענען צוגרייטן פרישע איבערבייס פאר די קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 00:59 |
|
| |
קודם אויף דיין בילד זעהסטו נישט אויס מיט א גרויס בייכעל, איך האב מורא אז מ'וועט דארפן זוכען א נייע געראפ'טע.
שנית ווארט נאר ווארט, אונזער ליבליכער ראש הקהל איז טאקע נישט צווישן אונז, אבער מיר באקומען טעגליך טעלעגראמעס, ספעציעל געשיקט פאר מיין און פאר אלעמען באליבטן קרעמער באטשי, וואס ער אינטערווינירט מיט די הויכע אינסטאנצן אין דאס ווייטע שטאט פעטערבורג און ווי אויך היינט צוטאגס אין ווארשא און אין מוסקעבע און טשערקאסע, און א גרויסע נקמה וועלן מיר זעהן אין אייך הויכגעשפריצטער גראף.
ווארט נאר ווארט
דו ביסט נישט דער ערשטער וואס האט זיך מיט אונז אנגעהויבן, מיר האבן שוין געהאט המן- אחשורוש און נאך אסאך
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 00:22 |
|
| |
אההה... רייבט זיך דער גראף דאס ברייט בייכל וואס ווערט נישט דארער פון די גביר'ישע סעודות וואס די גראפ'טע שטעלט צו יעדן אויפדערנאכט.
אההה... זיינע פלענער פארווירקליכן זיך פאר זיינע ברייטע אויגן וואס האבן שוין אסאך מענטשן פארווארפן אויף אייביג מיט זייער דורכדרינגליכן בליק וואס האט די מענטשן אריינגעלייגט אין א קדחת פון וואס מען האט זיך נישט אזוי שנעל ארויסגעזען.
אההה... קוים אדורך א האלבן מעת לעת פון ווען דער גזירת גירוש איז ארויסגעגעבן געווארן, און קוק... ווי מען גייט און ווי מען שטייט זעהט מען פערד און וועגעלעך אפטראגן פון דארף... דאס קרעטשמע איז ליידיגער ווי אימער, טראצדעם וואס מאנטאג איז איינע פון די הויכע איינקונפט טעג אויפן וועכענטליכן קאלענדער, זייענדיג די ערשטע ארבעטס טאג און די פויערן ווילן זיך באנעצן דאס גומען נאכן שווערן אנגעצויגענעם ארבעט.
אההה... אפילו חיים חייקל וועלכער ווערט געווענליך ארויפגעקוקט און געשעצט ביי די איינוואוינער פון דארף, וועלכע ווענדן זיך אפט צו אים נאך אן עצה, זייענדיג א תהלים זאגער שמועסט מען אז ער איז א למד ואו'ניק, אבער היינט שטייט ער פארלוירן און אומעטיג צוגלייך מיט אלע.
אההה... אפילו דער ראש הקהל, וועמען מיר האלטן אינמיטן די פראצעדור פון אים ארויסשטעלן פון אמט, איז נישטא היינט צו בארוהיגן די געמיטער. זיינע קורצע און אפגעהאקטע טעלעגראמען קומען ווי מים אחרונים וואסער אויף א העליש פייער...
אההה... אלע פויערן שלאפן, און איך וועב מיר ווייטער מיינע גרויסצוגיגע פלענער, הא הא הא זיי ווייסן אפילו נישט וואס עס ערווארטעט זיי אין די נאנטע טעג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 00:10 |
|
| |
געווען איז דאס אין א מאנטאג פארנאכטס, 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' איז שוין אויפן וועג צוריק אהיים נאך זיין שווערן טאג ארבעט. פארבייגייענדיג זיין באליבטע 'קרעטשמע' טרעט ער אריין אויף א קורצע באזוך צי כאפן א שנאפס און הערן וואס טוט זיך, און ווי געשאקט איז ער געווארן ווען ער דערזעט א פרישע מעלדונג פונעם נארוואס אנגעקומענעם נייעם 'גראף'.
אוי... אוי... וואס איז דאס? א... גזירת גירוש?
אוי איינציגער טאטע אין הימל... ווילאנג נאך... ווילאנג נאך...
חיים חייקל – וויסנדיג אז דער נייער גראף איז נעבעך פון א אידישן אפשטאם – איז באלד אויפן געדאנק געקומען די באוואוסטע לאזונג: "יהודי אינו מגרש יהודי"
א צובראכענער ווי א שארב דרייט זיך אזוי חיים חייקל צווישן די שטילע טישלעך אין די קרעטשמע, זיכנדיג מיט וועם צו בייטן א ווארט, זיך קענען אויסרעדן פאר אים די פרישע צרה, די פרישע גזירה, וועלכע דער נייער גראף האט ארויסגעגעבן און גוזר געווען אויף די 'קרעטשמע'.
ס'הייסט 'חיים חייקל' וועט מיזן פאקן פעק און זעק און וועט זיך מוזן אריבערציען מיט זיין גאנצן האב און גוטס צו א ניי געגענט???
דער טויטער שטילקייט וואס האט ארומגענומען אין קרעטשמע האט חיים חייקלען נאך מער פארוואונדערט, און נישט האבנדיג קיין אנדער אויסוועג האט ער איבערגעלאזט א צעטל אויף איינע פון די טישלעך, וועלכע לויטעט:
וואס וויל דער א.ג. נייער גראף?, וואס שטערט אים אז אונזער 'קהלה' געפונט זיך ביי די 'חברה'???
נאך וואס דארפן מיר זוכן 'חדשות' און ווערן 'אקטועל'???
תוקן על ידי - חיים_חייקל - 08/11/2005 0:10:39
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 20:07 |
|
| |
אטעמט אפ ברודערלעך! דער הויכגעשעצטער ראש הקהל האט נארוואס אונטערגענומען די נויטיגע השתדלות ביים גובערנאטאר אז די גזירות זאלן ח"ו נישט פארווירקליכט ווערן.
דער ראש הקהל וואס איז באקאנט אלץ שתדלן אינעם גאנצן לאנד, האט אונז נארוואס אריינגעשיקט א דעפעשע ווי ער טיילט אונז מיט די לעצטע אנטוויקלונגען פון זיין טאג.
לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פארן ראש הקהל:
There is nothing to scare Briderlach!
Hi brothers,
I'm coming to you live from the ''Magistrat'' in the ''Vart Zall'', where I came to ''shtadel'' at the ''Gibernatoor'' on behalf of my ''farploogte brider'', who have to suffer of late from the ''Rishosdige Graf'', who is for the last few days ''tyling ois tzipka tzures'' for the ''imshildyge yidelech in the kraitchme'' for no good reason.
Shortly I'll meet with the Gibernatoor'' and his ''Ministoren'', and I'll ask for an order in which he'll give the full authority for the leaders of the Kraitchma and the Kehila to take the Graf ''by the krugen and aroisfiren'' with the help of the ''jondaren'' if he is even opening his ''pisk'' ones again.
Details to follow, Keep your spirits high!!!!
לאמיר אלע גראטולירן דעם ראש הקהל פאר זיין אימערמידליכע ארבעט לטובתינו!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 19:34 |
|
| |
הויכגעשעצטער גראף
מיר פרייען זיך צו דיין אויפמערקזאמקייט דא אין קרעטשמע, אבער ביטע אונז נישט שיקן צו די אלדאס בייזע רוחות, פון די אנדערע זייט וואסער, מיר בעטן זיך צו אייך מיט טרערן אין די אויגן פארשיקט אונז נישט, מיר וועלן זיין וואוילע איינוואוינער, מיר האבן שוין אייך נעכטן געווארנט אז מיר וועלן דאס פארציילן פארן גובערנאטער, ביטע אונז נישט צוברענגן צו אזא סיטואציע
|
|
|
|
|