בית פורומים היימישע קרעטשמע

עס איז א שאד די צייט - גייט נישט שטימען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2005 17:47 לינק ישיר 
עס איז א שאד די צייט - גייט נישט שטימען

ששששששש עס איז שטיל אין דארף, פון דא און דארט הערט מען די הירדזשען פון פערד, די מעקען פון שעפעלעך, און די קול פון זאנוויל גרשון דער אויסרופער וועלכער טרייבט דעם עולם צו גיין שטימען ביי די אויסערגעווענליכע וויכטיגע וואלן פונעם מאגיסטראט און דעם שטאטראט.

ששששששש אפילו אין די אלעמאל פארנומענע אלעמאל היציגע אלעמאל אנגעפולטע קרעטשמע איז עפעס היינט שטילער ווי געווענליך, קען זיין אז דאס איז א דאנק די בחורים פון דערפל וועלכע זענען אין די לעצטע פאר טעג צוריקגעפארן צו די גרעסערע שטעטלעך לערנען ביי זייערע ראשי ישיבות, אדער קען זיין אז דער עולם איז געפארן צום יריד וואס קומט פאר אין דער נישט ווייטער לייפציג.

זיץ איך מיר אויפן באלקאן פון מיין פירשטליכן פאלאץ און באטראכט ווי דער עולם ציהט זיך צוביסלעך ארויס פון די הייזער, אלעס גייט אין איין ריכטונג, די פיס טראגן זיי צום שטום בודקע וואו זיי גייען פרובירן אפווענדן מיינע גזירות דורך אויסוועלן נאכאמאל דעם ראש הקהל מר. יענטאאש מיט א איבערוויגענדע מערהייט.

אזוי מיינען זיי נעבעך - לאך איך זיך אונטער מיט א ברייטן שמייכל וואס ווערט איבערגעדעקט פון די איינגעדרייטע וואנצעס וואס איך ארבעט אויף זייער שיינקייט א האלבע שעה ביים שפיגל יעדן אינדערפרי - זיי ווייסן גארנישט וואס ער ערווארטעט זיי היינט נאכט.

עס ערווארט זיי אזא דורכפאל, אזא דורכפאל, הא הא הא הא הא, איך האב מיט די פויערן וואס זיצן ביים שטום קעסטל אויסגעארבעט א מייסטער פלאן, איך האב די גאנצע זאך אין מיין פעסטן האנט, אזוי ווי אייביג וועל איך געווינען מיט אכט און ניינציג פראצענט, ווייל די מאשינען זענען אזוי אנגעדרייט געווארן נאך נעכטן נאכט, הא הא הא.

איר זיצט און פלאנירט, און איר ווייסט גארנישט אז אלעס איז שוין באשטימט פון פריער, עס איז שוין אפילו אפגעזיגעלט מיט דעם פאלשן זיגעל וואס איך האב פון דעם אומאפהענגיגן וואל קאמיסיאר וואס איז ספעציעל באשטימט געווארן דורכן בירגערמייסטער, נאכדעם וואס איר האט אייך אפגערעדט אויף די געפעלשטע וואלן פון די לעצטע יארן.

עס מאכט שוין גארנישט וואס איר טוהט, איר קענט גיין שטימען, איר קענט בלייבן אינדערהיים אדער אין קרעטשמע, דער אויסגאנג פון די וואלן וועט בלייבן אין מיינע הענט צו באשליסן!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 20:33 לינק ישיר 

האלא...האלא די מיזט נישט ענטפערן ווי א גראף דזאשסט פיר דיך אויף ווי א מענטש,
פארשטאנטא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2005 20:16 לינק ישיר 

צודריקן, דערשטיקן, פארשיקן, גאר נישט קיין איינגענעמע פארברענגן. וואס איז די מעשה מיט דיר? האסטו שוין געשטימט אדער נישט? קענסט נישט פארדייען קיין דורכפאל?

עס קוקט אויס ווי די נעכטיגע פלעשל פארברענגן האט זיך נאכנישט אראפגעגליטשט, אפשר איז עס שטיין געבליבן פונקט אינדערמיט, צווישן דעם גארגל מיטן קושקע, ווען עס האט זיך פארהאנקערט אויף א שטיקל סושי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 19:38 לינק ישיר 

פארוואס זאל איך אים ציליב טון, זאל ער זיך אויפירן שיין צי אונז, אז נישט דארף מען אים צודריקן,פארשטיקן,פארשיקן,
אז נישט וועט ער נאך ווערן דא משה מענטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2005 19:35 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואוסט אז דער גראף האט אויך א תאוה צום ראש הקהל'שאפט זעט אויס עס איז יא א חשובע פאסטן,

און צו דיר יענטאאש זיי נישט צובראכן 'ווי וואונט לעט יו דאון'

FOUR MORE YEARS FOUR MORE YEARS



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/11/2005 19:23 לינק ישיר 

פארברענגען, זיי מוחל גיב א שמייכעל. דער גראף וויל עס ארויסציעהן פון דיר מיט אלע געוואלדעס. טוה אים צוליב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 19:18 לינק ישיר 

איך פארשטיי הער גראף וואס דיר באדערט,
מיר וואלטן זייער ליב געהאט צו פארברענגן מיטן הער גראף זעלבסט, אבער זינט די ביסט דא אנגעקומען האט מען נאך פין דיר נישט געהערט עפעס נארמאל,
נאר קריטיק באגלייט מיט גידרייטע וואנצעס אין געלעכטער אויף די חשבן פין אפאר צוקוועטשטע טרינקערס,
לאמיר זעהן ווער אביסל מער פאזיטיוו צו אונז ברענג דיינע בערן ווייז אונז ווי זיי קענען טאנצן, זיי מנדב האלץ, ביר,ברוינפן, קארן פאר די הינדלעך וועסטי זעהן ווי אזוי מיר האבן דיר ליב.

תוקן על ידי - פארברענגן - 08/11/2005 19:20:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2005 18:50 לינק ישיר 

אה הא! איך זעה שוין מיט וועמען איך האב צוטאן דא! מחוצפים! עזות פנימ'ער! איך מיין נישט דיר פערזענליך - פארברענגען - דיר האב איך דייקא יא ליב, הא הא הא, ווער האט דען נישט ליב צו פארברענגען? אבער דיינע רייד זענען עפעס צו העסליך, און איך בין נישט צוגעוואוינט צו הערן אזעלכע רייד, בפרט פון מיינע אונטערטאנען די אידעלעך פון דארף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 18:28 לינק ישיר 

איך קען אפשר וויסן וואס די ווילסט האבן פין אינז, קודם לויפסטו וואטן פאר בלומבערג, אין דערנאך לאכסטו פין אינז,
אויב האסטו אנגעדרייט די מאשינען פארוואס קימסטו בכלל וואטן הא.?
אויך מער א גראף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > עס איז א שאד די צייט - גייט נישט שטימען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext