בית פורומים היימישע קרעטשמע

שאלה בעניני רבית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2005 23:10 לינק ישיר 
שאלה בעניני רבית

נעכטן רופט מיך אן א חבר מיינער מיט אזא שאלה:

ראובן האט געבארגט פאר שמעון (נעמען גענדערט.. מפני כבודם) זיין קרעדיט קארד פאר א ,PURCHASE נישט זאגנדיג וואס זיין קרעדיט לימיט איז.

מה עשה.. ער איז אוודאי געגאנגען העכער דו לימיט, אזוי אז ראובן איז געווארן געטשארדזשט מיט א OVER-LIMIT FEE.

שטעלט זיך דו שאלה, דארף שמעון באצאלן פאר ראובן דו CHARGE מדין מזיק?

און אויב נישט, מעג ער פרייוויליג באצאלן מדין רבית?

נא לאמיר הערן פון אונזערע דיינים אינעם קרעטשמע, ר' זרח, קרעמער, התאחדות.

תוקן על ידי - mefikel - 09/11/2005 23:11:11



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 01:29 לינק ישיר 

איך וועל דער מסביר זיין מיט א משל:

מ'האט אמאל געטראפן א איד רעדן צו זיך אליין, פרעגט מען אים, היתכן?

-איך רעד מיך דורך מיט א קלוגע איד!

דער נמשל איז, דער חבר מיינער האט אויך אנגעפרעגט ביי א קלוגע איד, און דער איד האט עס דא אריינגברענגט אונעם קרעטשמע.

וויאזוי פרעגט יענער? Combrenda?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2005 01:13 לינק ישיר 

א גוטן מפוקל (גראדע האב איך הנאה פון דיין ניק)

נע איך האב געמיינט צו פרעגן אזוי,

איך האב דיר ביי מיין תשובה געפרעגט א שאלה, און אויף דעם ווארט איך א תשובה, פארשטאנען?

חוץ מזה וויל איך הערן אויב האט ער געפרעגט נאך דיינים (ווי למשל נאטורליך, זארעכפעפער, חייםחייקל, א.ד.ג. און וואו אויך ערנסטע דיינים) וויל איך וואוסען צו האבע איך גוט געפאסקעט, איי עם רילי סיריעס.


תוקן על ידי - התאחדות - 18/11/2005 1:22:07



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2005 22:37 לינק ישיר 

MEFIKEL
my first DEYAN after my CHASUNA was some one with that mentality to ask allways after i asked him something, NU how is it etc. it didnt took long and he never had a chance to ask me again



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2005 22:28 לינק ישיר 

התאחדות,
האסט שוין אמאל געהערט א דיין פרעגן 'נא וואס איז געווארן?'

איך האב מיר אפגעזאגט מיין פסק און ס'ווייטער שטיל!

בד"וו דער נער איז טאקע דיינער? איך ווייס דעמאלטס נישט ווער דו ביסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2005 03:50 לינק ישיר 

נו מפוקל וואס איז געווארן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 08:04 לינק ישיר 

התאחדות;

דיין תגובה האט מיר אויך געקאסט א לאך , איך קוילער זיך פאר געלעכטער, און יענער פרעגט: וואס איז די ציהל פון דעם פורום???

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, מיט א כינעזער רש"י אותיות, און מיט א יאפאנעזער די טעם פון א טשאלענט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2005 07:44 לינק ישיר 

מפוקל טייערער סעהאט מיר געקאסט א לאך, אבער איך וואלט מער געלאכט ווען דער נער איז נישט מיינער, יאך האב מורא אז מיר קענען זיך גוט

עניוועיס האסטו שוין איבער געגעבן מיין פסק פאר דיין חבר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 04:59 לינק ישיר 

התאחדות טייערע, זיי נישט צובראכן און ווער נישט געפאלן ביי דיר, ראיתי בני עליה והמה מועטים, ס'נישט דא היינט קיין סאך פון אונזער סארט...

כ'דערמאן מיך פון מיינ'ס א ידיד, א צובראכענע נשמה'לע וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין גוטען טאג און די בחור'ישע יארען ווען טשעפענען אזא נפש איז א ספארט, פלעג איך אים אמאל מחזק זיין אויף זיין שטייגער מיט א גיט ווארט, א קינדערישע וויץ וכדו'

קומט ער אמאל צו, צו מיר מיט א ברייטן שמייכל, און דערלאנגט מיר א פריינטליכען קלאפ אויף דו פלייצע "נו, צוויי לצים האבן זיך צאמגעטראפן, וואס?........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:58 לינק ישיר 

מפוקל גיוואלד ווי זענען אלע רבנים פון קרעטשמע?
איך ווארט צו ווייזן מיינע בקיאות אין הלכה פאר איינעם איך בין שוין באלד אינגאנצן פארשעמט.
רבותי דיינים מומחים רופט אייך אהן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:54 לינק ישיר 

איגנארירן מיינט נישט קאפיטולירן!!

פלעגט ר' סענדר זאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:50 לינק ישיר 

אוי קרעמערל וואס אינגנארירסט דו שוין דא
די טיטול'ן אדער די תוכן התשובה

תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 0:49:01



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:11 לינק ישיר 

:::~~~~מיר איגנארירן~~~~:::



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:07 לינק ישיר 

שלום וברכה וכט"ס יעלה ויבוא על ראש ידידי מנוער ידיד בית אבא הרב הגאון בקי בכל חדרי תורה כל רז לא אניס ליה וכו' כו', ה"ה כבוד שמו מפארים

מ.ב.קרעמער שליט"א


אחדשת"ה וויל איך נאך פארשטיין צו דאס איז געווען א הסכמה צו מיין פסק, אדער איז דאס קעגן מיין פסק, באופן אז דו האלטסט אנדערש, אדרבה שרייב אפ א בירור און מיר וועלן זיך מפלפל זיין, ואת והב בסופה, אל תדאג מיין ליבער קרעמערל.

ובזה כבר אסיים ידידו
הק' סאכדעס


תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 0:06:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:06 לינק ישיר 

התאחדות, איך געדענק אז יעדע מתנה וואס דער לוה גיבט פאר'ן מלוה איז לכה"פ אבק רבית

ממילא, אויב דיין ערשטע תשובה איז אמת, איז דו צווייטע מופרך ודו"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 23:53 לינק ישיר 

איידער דער עולם וועט זיך נעמען פסק'נען פון דא, וויל איך שרייבן א גרויסע ווארענונג:


DON'T TRY THIS AT HOME!!!


אין אנדערע ווערטער: די אלע פטפוטי דברים, זאל דאס אפילו זיין בירורי הלכה, מסקנות למעשה, פון אלע אונזערע גולשים דא, זענען לאו מר בר רב אשי חתים עלה, און קיינער זאל נישט זאגען כבר הורה זקן... "עס איז א מפורש'ע קרעטשמע אז אזוי און אזוי"!!

עס איז גוט אויף הקב"ה חדי בפלפולי דאורייתא, און עס איז בעסער ווי שטותים און הבלים וכדומה, אבער עס איז בשום אופן נישט קיין הלכה למעשה!

ודי בזה

הק' קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שאלה בעניני רבית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext