איך האב נישט קיין אנונג צו די ווארט אנונג איז א אידישע ווארט צו נישט, די ירושלימער אידן לדוגמא, זאגן אזא צייט איך האב נישט קיין "מושג" סאו ביטע זאלן זיך די אידישיסטן אנרופן.
ייש"כ למפרע
נשלח ב-23/2/2006 01:14
כשר גערעכט, אבער דאכט זיך מיר אז אויף דעם איז שוין דא א באזונדער אשכול מיטן נאמען "עטליכע כללים אין די אידישע שפראך".
נשלח ב-22/2/2006 23:50
האט מיר איינער אנגעפרעגט אין מסנ ווען שרייבט מען ווי און ווען שרייבט מען וואו? האב איך איהם געזאגט אז ווען איך פרעג איהם וואו וואוינט איר? שרייבט מען וואו, און ווען איך וויל איהם פרעגן ווי אזוי ער הייסט שרייבט מען ווי. אידישיסטן גערעכט אדער נישט?
נשלח ב-14/11/2005 01:53
יין שרף;
דאס וואס דו שרייבסט "פר' כא" איז אויך נישט 'אמאליג' אזוי צו זאגען. אין די אלטע ספרים שטייט 'קאפיטל' וכדומה.
נשלח ב-13/11/2005 21:06
קרעמער איך וועל מוסיף זיין א זאך, וואס האט – אגב - שוין אויך שייכות צו די היי? וואכענדיגע סדרה:
דאס אז 'נין' טייטש א אור-אייניקל, איז לכאורה א העבראישע ערפינדונג.
נשלח ב-13/11/2005 20:53
מפוקל;
איך מיין אז 'יענע' וואך איז מער א גאליציאנישע אויסשפראך.
==
יין שרף;
אז מען רעדט שוין פון ווערטער וואס זענען יא אדער נישט דא אין לשון הקודש:
אין אידיש איז די ווארט "פעטער" כולל סיי דיין טאטע'ס ברודער און סיי דיין מאמע'ס ברודער, משא"כ אין לשון הקודש, די ווארט "דוֹד" מיינט נאר א טאטע'ס ברודער!
ווער ווייסט וויאזוי מען רופט אן די מאמע'ס ברודער אויף לשון הקודש?