באקאנט דער רמב"ן אין אנהויב פר' בראשית וזל"ק:
...אבל הוציא מן האפס הגמור המוחלט יסוד דק מאד, אין בו ממש, אבל הוא כח ממציא, מוכן לקבל הצורה, ולצאת מן הכח אל הפועל, והוא החומר הראשון נקרא ליונים "היולי", ואחר ההיולי לא ברא דבר, אבל יצר ועשה ממנו, כי ממנו המציא הכל, והלביש הצורות ותקן אותם.
וואס איז דאס וואס די יונים רופן כח "היולי"?
נשלח ב-2/12/2005 02:43
כיון דאתי לידי אשדי ביה נרגא ;
וואס מיינט גשם חמישי ?
נשלח ב-2/12/2005 02:32
א שיינע רמז איז מיר בייגעפאלן בנוגע דעם ענין:
יולי איז די ראשי תיבות: י' י'מלוך ל'עולם ו'עד!
נשלח ב-25/11/2005 17:03
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס דער אומזיסטער וויכוח איז דא, כוח היואלי דאס בין איך !
נשלח ב-25/11/2005 01:41
מענטשעלע דיין "עניית" דעתך, קוקט אויס צו זיין קרוב לאמת.
ווי ס'שיינט, ביסטו גארנישט אזא "מענטשלע" ווי דו שטעלסט זיך אהער...
--
אגב, אין ר' ישעי' ווייס'ענס ע"ה מח, האט זיך שוין געדרייט דיין געדאנק.
אויף די ווערטער פון אוהח"ק אנפאנג פר' בראשית, וזל"ק: יש מהן ניכרין באמצעות ההתכה, יש מהם באמצעות ההרכבה ... ויש מהם בכח היולי. צייכנט ר' ישעי' צו (אין אור בהיר), כגון, כח העלעקטריק.
וואס ווי באקאנט קומט טאקע דער גאנצער יסוד ה'עלעקטריק פונעם כח האטום.
---
און יעצט אביסל א ראי' לדבריך:
1.
Atom
the basic particle of matter, indestructible and indivisible, first proposed by ancient Greek philosophers ''as the fundamental component of the universe''
שוין אם כן איז דאך דער אשקול נישט פארדרייט געווארן...
צו די גרויס צופרידענהייט פון אונזער אלעמען באליבטער פענסטער יר"ה
כה לחי
נשלח ב-24/11/2005 19:52
בשום-פנים-ואופן-נישט-צו-פארנומען,
כ'טראכט אז אייערע לעפאטאפס פארמאגן די נייע ווערסיע פון "ווינדאוס"-XP, וואס כאפט ביז'ן ווינט-מיל, נעבן "גוטן ארט" ביים עק שטעטל.
נשלח ב-24/11/2005 19:48
menchele
איך ווייס נישט פארוואס די רעדסט דיך אפ איך ניץ געהעריג ווי-פיי און איך מיין אז קרעמער נוצט אויך וויי-פיי
קען זיין אז דיין לעפטאפ האט א פראבלעם
נשלח ב-24/11/2005 19:44
קאמ'אן, סאכדעס! איך פיר מיין ביזנעס פון דארט! פארוואס מיינסטו איז מיין לעפטאפ געווען איינגעשטעקט אינעם קוימען? (גיי פארשטיי פארוואס די קרעטשמע האט נאכנישט קיין "ווהיי-פיי"!)
תוקן על ידי - menchele - 24/11/2005 19:44:02
נשלח ב-24/11/2005 19:34
מענטש
אז דו זיצט שוין יא אונטערן אויבן, נו פארוואס זאגסטו אז דו האסט נישט קיין צייט?
סארי פונקט באמערק איך טאקע עמיציר זיצט אונטערן אויבן, לאמיר געבן א בליק צו דו ביסט דאס,
..........
..........
אה אוקיי דו זאגסט תהלים א גאנצן טאג, סאו אם כן דאן פארשטיי איך שוין פארוואס דו האסט נישט קיין צייט.
נשלח ב-24/11/2005 19:29
יע, גוט וואס מען זעט זיך אזוי וואנס אין עי ווהייל. גראדע שמעק איך אריין אין קרעטשמע דא און דארט; אבער כ'הא נישט קנ'צייט אריינצורעדן אין די געשמאקע שמועסן. (געדענקסט נעכטן דעם גערודער וואס מ'האט געהערט פון הינטערן אויוון? כע כע כע! דאס בין איך געווען; כ'האב זיך גוט באהאלטן; געוואלט אביסל הערן וואס דר'עולם שמועסט.)
קיין מראי מקומות געדענק איך נישט; אבער אויף ווי ווייט איך האב געזען, דערציילט קיינער נישט גענוי וואס דער דאזיגער "יולי" איז. מען רעדט וועגן זיינע קוואליפיקאציעס, און איבער וואס ער איז "נישט". איך האב אבער נישט געפונען עמיצן וואס זאל "אנרופן דאס קינד ביים נאמען."
אויב מען מעג אבער אליין אריינלערנען פשט, וואלט איך געזאגט אז דער "יולי" איז דער אייגנטליכער כוח המעמיד פון אן אטאם – דער קלענסטער, תמצית'דיגער טייל אויף וועלכן אן אטאם איז באזירט.
וואס ס'מאכט מיר אזוי טראכטן איז דער פאקט וואס יעדער עקזיסטענץ אין אונזער עולם העשי' באשטייט פון אטאמען. אטאמען באשטייען פון נאך קלענערע טיילן. אלץ וואס טיילט פונאנדער פון זאך ביז זאך איז בלויז (אויף ווי ווייט מיר ווייסן היינט), דער סכום וויפיל דער אטאם פארמאגט פון די סוב-אטאמישע חלקים.
וואלט איך געזאגט, אז דער דאזיגער כוח המעמיד פונעם אטאם פּאסט אריין אין דער דעפיניציע וואס דער רמב"ן גיט אויפ'ן "יולי":
"יסוד דק מאוד, אין בו ממש." דעם אטאם (שוין אפגערעדט פון זיינע סוב-טיילן) קען מען נישט זען אפילו מיט'ן מאכטפולסטן מייקראסקאופ. (זיין עקזיסטענץ איז איבערגעוויזן געווארן אויף אנדערע אופנים).
"אבל הוא כח ממציא, מוכן לקבל הצורה, ולצאת מכח אל הפועל." דאס איז גענוי וואס דער נאכנישט-דערטאפּטער סוב-אטאם טייל איז: א דערפינדערישע קראפט, וואס פארנעמט יעדע קוואליטעט, יעדע סארט בריאה וואס נאר באשאפן געווארן. ווען דער דאזיגער, פאר-אונז-דערווייל אומבאוואוסטער אטאם-טייל ברענגט צוזאמען די חלקים פון אן אטאם, ווערט א זאך אייגנטליך באשאפן: גייט ארויס "מכח" אל "הפועל".
כן נראה לעניות דעתי.
תוקן על ידי - MENCHELE - 24/11/2005 4:53:50
נשלח ב-22/11/2005 03:11
יא, נעבעך, שוואכע זכרון האב איך. די גאנצע שמועס פון אויבן האב איך נאך געקאפיעט און געפעיסט, עס איז גארנישט אייגענס. איך פארשטיי קוים צו געפינטעלטע עברי.