א גוטע וואך אידן!
איך וויל ענק נישט לאזן נייגעריג, איך וועל עס מאכן קורץ און שארף.
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט, אויך באקאנט ביי חרדי'שע אידן אלס "ליל ששי", האב איך ערהאלטן א העכסט וויכטיגע טעלעפאן רוף אויף מיין רויטע ליניע. אויפן אנדערן זייט טרייבל איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער נאר דער קעניג אליין!
איר ווייסט שוין אודאי פון די אנדערע אשכולות אז דער קעניג איז אונזער אלעמען באקאנטער ידיד, באקאנט מיט זיין ניק JEWBOY!
דער קעניג האט געוויילט דעם צווייטן העלפט חג הסוכות אין עיר ואם בישראל ניו יארק, און יעצט אין די טעג קלייבט ער זיך אהיימצופארן לביתו נאוה אין ארץ הקודש.
אלץ (געוועזענער) מנהל פון א פורום אויף היידפארק, האב איך זייער שטארק געוואלט זיך באגעגענען פערזענליך מיט דעם איד וואס קען מיט רעכט אנגערופן ווערן "דער וואס האט ארויפגעברענגט היידפארק צו דעם שטאפל וואס עס איז היינט ביים יהדות החרדית".
וכך הוה:
מר. דזשובוי איז פערזענליך בכבודו ובעצמו אריבערגעקומען צו מיר אין פאלאץ, מיר האבן זיך זייער געפריידט איינער צו צווייטן, ווי צוויי אלטע גוטע פריינט... הגם מיר האבן זיך קיינמאל געזען איינער דעם צווייטן, אבער אזוי גייט עס אויף היידפארק... מען דערקענט זיך אויף די שריפט...
מיר האבן נישט געוואלט צופיל אויפהאלטן דעם קעניג, וועלכער האט א פארנומענעם סקעדזשול א גאנץ יאר, בפרט יעצט ווען ער האלט ביים פארפארטיגן זיין באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן... אבער דער קעניג האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגע רואיגקייט, אזוי האבן מיר פארברענגט אינאיינעם א קיילעכיגע שעה (בערך).
א גוטע וואך!!!
 |
|
|