בית פורומים היימישע קרעטשמע

רבותי מאכטס א ברכה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2005 03:54 לינק ישיר 
רבותי מאכטס א ברכה!
מצורף קובץ


יעצט ממש און די מינוטן האט מיין געטרייער אשת חיל ארויסגענומען פון די אויבען די פריש געבאקנע געבעכטס מעשה פרי ידה, ספעציעל פאר איר נתן כדי ער זאל קענען פארברענגען אביסל מיט זיינע ידידים אומגעשטרעטערהייט אינם קרעטשמע נאך אזא (שווערע) טאג ארבעט.
נו ווי האט די באבי חאנטשע געזאגט?
אז מ'עסט שוין יא עסט מען נישט אליין!
(נו ווער געדענקט נישט באבע חאנטשע די וועשערקע?)
איז רבותי מיט אפעטיט!
בתיאבון!
נו נישט כאפען עס איז דאך דא גענוג פאר יעדעם!
איין קלייניקייט....
זי האט נישט ממש אנגעיאגט די אלע קרימס למיניהם, אבל אל תסתכל בקנקן....
נישט פארגעסען קאמלעמענטירן, אונז וויל מיר דאך אביסל אפטער, נישט אזוי?



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 22:05 לינק ישיר 

איך לאז ניש מאנע קינדער עסען דע שיסקעיק, ווער סעוויל עסען זאל פרעגען מאמעניו,
זאטס מער און האטס מער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 21:33 לינק ישיר 

ערשט שאלעם עלייכעם הער שעמעןאכאר

און איצט א פרייליכער גראם

בייןאונז אין קרעטשמע קודם מ'באדארף
טרינקען מאשקע על אף
דארויף קען מען אביסל קעז קוכן
פון מרת נתן פארזוכן
זי איז שוין לכאורה גאר אן אלטער
ממילא האבען מיר זיך געטוהן באמיען מיט א היתר
זאל זי נישט פארשעמט בלייבן
זאל זי זיך דעם אומעט פארטרייבן
קוים אויף די עלטער געהאלפן געווארן מיט א בן
זי ווייסט נאך נישט וואס ווער און ווען
יאך בין דער דאיען אין דא די קרעטשמע דאס איז קלאר
יאך האב אויף דעם היתר אן הסכמה געגעבן אז סיז וואר
ביטע נאט אייך א גלעזעלע וויין
זאל דא אביסל פרייליך זיין
און אויף א געמיט א פרייליכע
זאלסטע איבערלערנען די האלאכע
און אויב עפעס א הערה דו האסט
וועל איך נישט ווערן צו באסט
כך דרכה של תורה
כי טוב סחרה מכל סחורה
איך וועל זיך מיט מיינע מקורות באמיען
דו זאלסט האבן אויף וואס זיך צו באציען
אויב האב יעך א טעות געטוהן מאכן
וועל איך שוין גארנישט לאכן
איך העל מיין היתר מאכן צונישט
דו וועסט שוין ווערן אינגאנצן צומישט
דו וועסט דאס קיינמאל נישט גלויבן
אז סאכדעס דער דאיען וואס זיצט ביים אויבן
ווייסט אויך פון דעם כלל דעם באקאנטן
כשם שאי אפשר לבר בלי תבן
אזוי אויך קען ער א טעות מאכן
סיהאט שוין פאסירט אזעלכע זאכן
די פראבלעם איז נאר וואס סי שטייט אין די מאמרים
אז יאך האב נישט לעצטענס דעם דיבוק חברים
ערעב זארעכפעפער האט מיר איבעגעלאזט אויף א לאנגע צייט
זייט יעמאלט זיץ איך פאר זיך אין א זייט
יאך האב נישט מיט וועמען א הלכה איבער צו שמועסן
אוי יאך ווער שוין אינגאנצן צוריסן
יאך האף אז ער וועט זיך אנרופן וואס געכער
איך זאל נישט דארפן זיין פון איהם העכער
און א נייעם ראב"ד מוזן אויפנעמן
יאך מיין מיך יאך האב זיך נישט פון וואס צו שעמען
און עפעס א מו"ץ'ל וועט שוין די באהערדע צו שטעלן
אזאנס וואס עט יעדעם געפעלן
יאך וויל שוין נישט מאריך זיין
די ארבעט ווארט אויף מיר יאך מוז שוין גיין
באלד דעקן דעם באנק איך מוז
ווייל דער אווערדרעפט קומט שוין אהן ביז...
האט מיר א גוטן טאג ברודער
הייבט אהן זינגען "גישמאקע" לידער
"נאטורליך"ערהייט וועט מען דאס פון "פענסטער" הערן
אז אב הרחמן זאל זיך צו אונז שוין קערן
און פון דעם "ביטער (זיס)"ען גלות אונז אויסלייזן שנעל
ווי העוו טו געט סאומטינג וועל

אוקיי דאס איז דאס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 21:09 לינק ישיר 

שלו' עליכם מיינע באליבטע פריינד
אלס א נייער דא אין קרעטשמע האב איך זיך געוואלט מיט טיילן מיט די שמחה פון די טשיז קעיק, אבער צו מיין באוואונדערן האט מען דא מברר געווען א הלכה פון אין איסור חל על איסור, וואס לויט ווי אזוי איך האב געלערנט, איז דאס ביי אזא פאל נישט שייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 21:02 לינק ישיר 

נתן101;

ס'גראדע יא מילכיג, אבער אזוי ווי עס איז חלב עכו"ם (גענומען פון גוגעל אימעדזשעס) איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אין איסור חל על איסור.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 19:45 לינק ישיר 

הרב קרעמער
איך האב ערשט יעצט טועם געווען פון דעם בעטעמטע "גלידה" איך האב עס איבערגעלאזט פאר נאך נאכטמאהל (איך האף אז ס'איז נישט געווען מילעכיג )
אה! איך האב געשפירט דיין נשמה אין דעם!


סאכדעס
קאמענטירען זענען איבעריג!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 18:59 לינק ישיר 

נתן עמו"ש
יאך האבע נישט געוואוסט אז אין די פריע פארטאגסט שעה'ן באקט מען אפ אזא געשמאקן טארט, קאן זיין אז אין די יארן, איז די הלכה אנדערש, קוקט אויס אז יאך האב נאך וואס צו לערנען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 06:27 לינק ישיר 

מצורף קובץ

thanx so much

here is a little something for you from me



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 04:14 לינק ישיר 

טאטי שעם זעך נישט פארזוכט און האט האנאעה!
און פאר אלע דע וואס פרעגען,
ניין ס'איז נישט קיין איבערבלייבעכטס פון דע שאלעם זאכער!
פריש פריש!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 03:57 לינק ישיר 

יישר כח פארן אנטראגן, אבער איך האלט שוין נאך נאכטמאל...

אגב וואס פארא קעיק איז דא, עס זעיט אויס פיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רבותי מאכטס א ברכה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext