| נשלח ב-2/12/2005 02:40 |
|
| |
חיים חייקלס מיינונג איבערן גראף
טייערע ראש הקהל זאל לעבן - ווענד זיך חיים חייקל מיט'ן פנים זיינעם צום ראש הקהל - דער גראף דא קוקט מיר פאר, ווי דער פרשטעלטער גראף/קעצלעך ביי די באקאנטע וואך-נאכט מעשה...
אלעמאל ווען מען האט נאר געדארפט אידישן א ניי געבוירן קינד אין דארף, איז דער פארשטעלטער גראף געקומען צו קריכן פארשטעלטערהייט אנמאכן זיינע ביטערע צרות, ביז מען האט אים איינמאל אריינגעכאפט אין זאק אריין און אים געגעבן די מתנות וואס ג-ט האט געגעבן פאר פרעה מלך מצרים, און אזוי האט מען פריי אפגעאטעמט פון אים.
חיים חייקל מערקט אזוי, אז ווען נאר עס באווייזט זיך זיין פרייליך געשטאלט אין די קרעטשמע, באלד דערויף ביז, מינוט'ן, קומט שוין דער פארשטעלטער גראף צו קריכן אינטער די פיס מיט זיינע פרישע צרות.
חיים חייקל טראכט אז מיר וועלן מיזן ניצן צו אים די עצה פונעם הייליגן בעל-שם פון מעזיבוז...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 23:41 |
|
| |
'פאר דיר אלעמאל' זאגט דער ראש הקהל שמייכלענדיג צו חיים חייקל'ען און קלאפנדיג אים אין רוקן......
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 23:35 |
|
| |
דאס מאל ווי אלעמאל, ווי נאר חיים חייקל מערקט דעם ראש הקהלס דברי חיזוק, וואקסט אין אים זיין פרייד פילפאכיג.
עפעס א קלייניקייט? אפילו דער הויכגעשעצטער ראש הקהל גיבט רעכט פאר דעם פשוטן וואסער טרעגער! וואס נאך דארף חיים חייקל? דעם ראש הקהלס צושטומונג איז דאך ביים אים ווערט מער פון אלעם!
חיים חייקל דערנענטערט זיך צום ראש הקהל, שטרעקט באלד אויס זיין האנט, און פון טיפן הארצן באדאנקט ער זיך פאר'ן ראש הקהל פאר די חיזוק רייד.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 22:10 |
|
| |
פונקט ווי חיים חייקל שטייט דארט אינמיטן די קרעטשמע און טרייבט ברבים שפאס פונעם גראף אויפן העכסטן פארנעם, שפאנט דער ראש הקהל אריין אין די קרעטשמע.
ווי נאר חיים חייקל פארענדיגט מיט די ליצינותא דעבודה זרה, און דער עולם גייט זיך פענאדער אין א געלעכטער אויפן חשבון פונעם ראציגן גראף, צייגט דער ראש הקהל פון דערווייטנס מיט א שמייכל חיים חייק'לען:

|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 21:00 |
|
| |
פרייליך, מיט אן אויסערגעווענדליכן פרייליכקייט, מער ווי אלעמאל, שפאצירט זיך אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' צווישן די טישלעך פון די קרעטשמע.
וואס גייט פאר חיים חייקל? פרעגן אלע. וואס עפעס איז אויף אייער געזיכט אויסגעגאסן א פרייליכקייט היינט עפעס מער ווי אלעמאל?
אה... ווייסט איר דען נישט? האלט איר טאקע נישט מיט וואס דער נערישער גראף האט אויסגעבראכן פון זיין פיסקל דא אויף דעם טישל? – פרעגט אזוי חיים חייקל מיט זיין ווינדערישן שמייכל -
ניין ניין, מיר האבן נישט אזי געמערקט - זאגן אלע -
חיים חייקל שפאנט מיט זיינע פרייליכע טריט צום סאמען צענטער פון די קרעטשמע, אלע ווערן שטיל און ווילן הערן וואס חיים חייקל האט צו זאגן.
און דא הייבט חיים חייקל זיין פרייליכע שטימע און ערקלערט:
אט יעצט, נישט לאנג צוריק, האט דער גראף אויסגעגאסן זיין גרום צארן אויף חיים חייקלס בלעכענע אמפערס, און אזוי אויסגיסנדיג זיינע געצערנאכטצער האט זיך מיט געגאסן עטליכע ווארענונגען צו חיים חייקלן זעלבסט.
חיים חייקל עפנט א מויל פיל מיט געלעכטער, און טרייבט שפאס פונעם גראף: ווייסט דען נישט דער נערישער גראף אז נישט נאר מיט די גרויסע לייט פון אונזער פאלק ישראל קען מען נישט טשעפען, נאר אפילו מיט אזעלעכע איינפאכע יודן ווי עס איז דער פשוטער וואסער טרעגער קען מען אויך נישט גארנישט טוהן?
טשעפענען און ווארענען קען מען נאר – שרייט חיים חייקל אויס מיט א געלעכטערישן שפאס – אן אנגעזעצטן ביטערן גוי, וועלכער האט זיך נישט צו וועם צו ווענדן אחוץ צו זיינע קלאציגע געטשיקס, אבער פאר א איד'ל וועלכער איז - פון נאטור אויס - שטענדיג פרייליך און גוט אויפגעלייגט קען מען גארנישט טוהן!!!
ווייל... מיר לאכן דעם יעניגן באלד אויפן ארט צוריק און פנים אריין...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 16:30 |
|
| |
קרעמער;
וואס איז דען די גרויסע תורה,
צו שאפן גראמען סחורה,
מ'נעמט אפאר ווערטער צוזאם,
און מ'מאכט א גראם,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 05:02 |
|
| |
העי יענטאאש ראש הקהל
מוצאי שבת ביסטו אויך קאאל?
א גראם האסטו אויפן מאמענט
ס' קלעבט ווי ארבעס צו די ווענט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 04:33 |
|
| |
גראף;
דו הויבסט שוין אן ווי א פישל צו ציטערן,
סטראשעסטו אז חיים חייקל זאל זיך גרייטן ווען ער טוט דיר די וואסער ליפערן,
רעד נישט אזוי ברייט,
צו דיינע קלעפ מאך זיך גרייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 02:16 |
|
| |
יישר כח קרעמער פארן זיך אננעמען פאר מיין כבוד, אם אין אני לי מי לי וכשאני לעצמי מה אני מה חיי.
יענטאאש גרויסע צולייגער, ס'איז דא פלענער? וואס? ווען? וואו?
חיים חייקל, מיט דיר וועל איך זיך שוין אן אנדערס מאל אפרעכענען (טוה דיר אן בלעכענע הויזן ווען דו ליפערסט מיר אפ קומענדיגע מאל מיינע שיסלען וואסער).
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 05:39 |
|
| |
חיים חייקל;
די באזונדערע טישל (אשכול בלשון בני אדם) פאר יאנוש איז צוגעשטעלט געווארן דורך ידידינו מר. פענסטער (וועלכער גלייכט גערופן צו ווערן: קוימען קערער), "איך" כשלעצמי האלט נישט אז עס איז יושר צו ווידמען אן אשכול צוליב און אויסצושמועסן ענינים פון א יחיד.
אבער "ווער בין איך"?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:56 |
|
| |
עס געווילט זיך אזוי פרעגן פאר חיים חייקל'ן:
אויב פאר אונזער באליבטן נייעם יאנש'ן האט זיך דער קרע{טש}מער באמיהט און צוגעשטעלט א באזונדער טישל, א באזונדער אויפנאמע, א באזונדער באגריסונג, קומט זיך דען דאס נישט פאר א איינעם ווי עס איז דער גראף?
פארדינט ער דען דאס נישט ערליך?
איבערהויבט נאך וואס ער טיילט אונז דא אויס אזויפיל צרות?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:51 |
|
| |
קרעמער;
.... אקעי ניין גארנישט......
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:49 |
|
| |
איך זעה אז חיים חייקל האט געגרינדעט א אשכול איבער א יחיד (איך ווייס נישט אויב עס איז א לכתחילה...), וועל איך אויך שרייבן מיין חוות דעת בנוגע דעם "גראף":
ווער עס האלט אביסל מיט חדשות אנ"ש (נישט אז איך רעקאמענדיר עס בכלל), קען באמערקן מיט א געניט אויג, אז דער גראף שרייבט דארט אויף גאר אן אנדערע סטייל.
עס קוקט אויס ווי ער טוישט דירעקט זיין סטייל כדי צו אונטערדרוקען אונזערע אידעלעך דא אין די קרעטשמע. בכלל איז דא א קלא דלא פסיק אז דער גראף איז גאר דער זעלביגער וואס פלעגט דא שרייבן אונטער דעם פסעוודאנים בענעדיקט, פשוט דער פויפסט איז געווארן א גראף (זעהט אויס אז ביי טומאה איז די כלל "מורידין ולא מעלין").
גראף / בענעדיקט;
פארוואס ברויכסטו טוישן דיין אופן הכתיבה פון דא ביז דארט? איך שרייב אויף ביידע פלעצער און איך שרייב די זעלביגע דא און דארט.
מה נשתנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:43 |
|
| |
ששששש.... ווייזט דער ראש הקהל חיים חייק'לען פון אונטערן גראפ'ס רוקן, זארג נישט -רוימט ער אים אריין אין אויער- ס'איז דא פלענער.....
|
|
|
|
|