בית פורומים היימישע קרעטשמע

***איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער...***

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/12/2005 00:08 לינק ישיר 
***איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער...***

נישט לאג צוריק אין א שבת נאכמיטאג זיצענדיג איבער א טעללער פיינעפל און ליינענדיג א צייטונג, האב איך באגעגנט א מעלדונג פון א די -לאמיר זיי דא אנרופן- 'פאשאכאווער מוסדות', ווי זיי אנאנסירן אז זייער יערליכער דינער וועט פארקומען יענעם און יענעם מוצאי שבת, אין יענעם און יענעם 'באולם', און זייער אורח הכבוד וועט זיין עמיצער -לאמיר אים אנרופן- 'הרבני הנגיד המפורסם ר' בונם פעפערקארן הי"ו'.

איך רייב זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, צו זע איך גוט? בונם?! בונם פעפערקארן??!!, וואס?!!!.

איך קען דאך דעם בונם'ען פון חדר נאך, געווען א לאצי, געווען יעדנס פאפי, וועמען ס'האט זיך געגלוסט פון איינעם צו טרייבן שפאס איז ער געווען דער אדרעס. ווען אימער ס'האט געשטינקען איז ער געווען דער בלאזער. ווען אימער מ'האט געוואלט עמיצן באשולדיגן ביים מלמד איז ער געווען דער קרבן. אלעמאל געווען דער 'גנב' ביי 'פליס גנבים', און 'איט' ביי 'באהאלטן'....

קיינער האט לעבן אים נישט געוואלט זיצן אויפן באס. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט לערנען בחברותא. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט שפילן. שטענדיג איז ער געזעצן אפגעזונדערט פון אלע און גערעדט צו זיך אליינס דראמענדיג מיט די הענט אויף א טיש ביים קארנער.

געגאנגען איז ער שטענדיג אנגעטאן מיט א הויז וואס איז געעווען ברוינליך שמוציג פון אונטן און וואס האט געהאט א צעריסענער זיפער צוזאמגעהאלטן מיט א סעיפטי פין. די הויז האט זיך געהאלטן מיט לויזע הויזן טרעגער, און ער האט געטראגן אן אפגעריבענער העמד אין וועמענס טאש עס איז געלעגן אן אלטער 'מעמאו פעד' און א 'שליסל האלטער' וואס ער האט גע'ירש'נט פונעם עלטערן ברידער.

אפילו דער מלמד -אפגעזען פון די פילע דרשות וואס ער האט געהאלטן פון רבי עקיבא און זיינע תלמידים וועלכע זענען אוועק וועגן טשעפען- האט זיך אויך כסדר אויסגעגעבן אויף דעם אומשולדיגן רחמנות פון חדר, ביי יעדן פארהער, יעדן זונטאג, און סתם אזוי א פארוואלקנטער טאג, אלץ האט ער געכאפט מכות מיט א תירוץ פארן באבע'ס קאץ אדער ניטאמאל דאס, בעת אלע איגלעך האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן וויאזוי דער רבי וועמען זיי האבן אזוי פיינט געהאט טרייבט ליצנות פון דעם 'חדר קנעכט'.....

זיין שווארץ מזל האט אים ווייטער באגלייט אין די ישיבה יארן.

געווען דער ציל ברעט יעדן שבת זכור בפני כל הקהל. אויב האט ער פרובירט האבן א מיינונג איבער א נושא האט עס אים געקאסט צרות פאר א וואך. אויב האט ער פרובירט זאגן א וויץ האט עס אים געקאסט צרות פאר צוויי וואכן. אלץ האט מען אים באשולדיגט אלס דער מסור קעצל, און ווידעראום ביים מנהל האט מען אים גאר באשולדיגט אין די בארדעריי.

אז האט ער געוואלט זיצן אויף א טיש ביי פרישטאג האט ער געברויכט ברענגען די מילך, ברויט, פעפער, זאלץ, קארן פלעקס, און אויך זיין גרייט צו כאפן די וויצן אויף זיין חשבון נישט נאר בפה, נאר אויך אויב האט איינער געוואלט מאכן א יסורימ'דיגער וויץ ווי צב"ש אריינלייגן זאלץ פאר עמיצן אין די 'סיריעל מיט מילך' אדער אין די קאווע, איז ער געווען דער קרבן, און אויב האט ער געוואוסט וואס עס איז גוט פאר אים האט ער נאך געברויכט מיטלאכן אויכעט אדער עס וואלט אים געקאסט אסאך טייערער דער שפיל, ווייל ער איז א 'בעיבי' וואס פארשטייט נישט און פארנעמט נישט קיין דזשאוק...

אין די גרויסע ישיבה איז אים קיין סאך בעסער נישט געווארן, אפילו דער מגי"ש האט אים גערודפט ווייל מ'שטיינס געזאגט ער איז א פארדארבענער אינג. די טיען עידזשערס האבן זיך נישט געוואלט חבר'ן מיט אים ווייל עס וועט זיי שאטן צו שידוכים. אויף אים איז געווען מותר צו זאגן שלעכטע אינפארמעישאן ווייל..... עם...... כ'ווייס אליין נישט אבער מ'מעג...., אין דער ענדע האט ער חתונה געהאט מיט עמיצן פון ווייסעך וואו, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

דעריבער פארשטייט איר טאקע אליין פארוואס איך בין אזוי אויפגעשפרינגען ווען כ'האב געזען אז דער בונם-שמונם איז גאר אן 'אורח הכבוד' היינט צוטאג, נע -האב איך געטראכט- ס'איז זיכער נישט ער, ס'איז מן הסתם א צווייטער.

זונטאג מיטאג האב איך אבער באקומען א פריוואטער טעלעפאון רוף פון הרעבאני הנגיד ר' בונמ'ן אליינס, און ער האט מיר געזאגט קלאר און דייטליך אז יא, ער איז 'אורח הכבוד' ביי יענעם דינער, און ער לאדענט מיך פערזענליך..... שוין נו וואס איז שייך רעדן... העמיר גיין צום דינער...

איך זיץ דארט ביים דינער, יא, דארט אויבן אן זיצט ער דארט דער -שוין היינט צוטאג- 'ערעב בונם זאל זיין געזונט' און שמייכלט. כ'באטראכט אים אזוי, פון ס'ראץ אונטערן נאז איז נישט געבליבן קיין זכר, אויף זיין פלאץ איז דא היינט א שיין געשטיצטן שנויצל, וועלכער ציט זיך שיין אראפ ביז אונטערן פיסקל פארמענדיג א שיין גביר'יש בערדל. דארט וואו עס איז אמאל געווען דער באלי-היט וואס יעדער האט געמעגט צעקראכן איז היינט צוטאג דא א שיינעם גראדן היט מיט געבויגענע זייטן. אויפן פלאץ פון די אמאליגע לויזע הויזן טרעגער איז היינט דא א הערליך געפאסטן טייערן גע'קעסטל'טן רעקל. און אויפן פלאץ פון די פארדזשאוועטע פוירפל העמעד איז היינט דא א שיינעם 'ווייט אן ווייט' גע'סטארטש'טן העמד מיט קאפלינגס ביי די הענטלעך....

געענדיגט מיט דעם לאצי בונם.... היינט איז דא אן 'הארעבאני האנאגיד ערעב בונעם זאל זיין געזונט' וועמען אלע אדמורים רבנים און דרשנים ביים דינער פרובירן איבערשטייגן איינער דעם אנדערן ביי די דרשות מיט שבחים, אז איינער זאגט 'הוידל' זאגט דער צווייטער 'בוידל'. אז איינער זאגט 'הוא גופיה צורבא' זאגט דער אנדערער 'תורה וגדולה במקום אחד'. אז איינער פארטייטשט אויף אים א 'סיפורי צדיקים' פארטייטשט דער צווייטער א מדרש, און דער דריטער א פסוק חומש, און דער פערטער א זוהר..... און בונם??? ער שמייכלט מיט עניוות מעשה נגיד.......

ער אליין האלט אויך א דרשה, ער פארמאגט שוין נישט דעם פארשטאפטן נאז, און אויך נישט דעם אונטערן נאז'ישער קול, ער רעדט פעסט און קאנפידענט, ער זאגט תורות, גמרות, מדרשים, מיינונגען אין חינוך, שלום בית, פארציילט סיפורים און זאגט ווערטלעך. און דער גאנער עולם מיטן אויבן אן בראש שמייכלט ווען ער וויל מ'זאל שמייכלען, שאקלט צו מיט איינשטימונג ווען ער וויל מ'זאל איינשטימען, קרעכצט ווען ער וויל מ'זאל קרעכצן, און דערנאך באווארפט מען אים מיט 'שכח'ס' ווען ער איז פארטיג אויף די העכסטע טענער, און מען שמועסט נאך אפילו איבער די דרשה מיט אים נאכדעם....

יעצט ווער איך געוואויר אז ער איז גאר פון די ראשי הקהילה, פון די הנהלת המוסדות רוחניות און גשמיות, ער נעמט קעיר פון אלע ערליי מצוות און עבירות, ער איז פון די קאמיטעען איבעראל, און ער איז גאר א תלמוד חכם אויך פאר גאד סעיקס....

יא יא, וויאזוי זאגט שמעלצער:

איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער, ווען עס קומט צו געלט.....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2005 20:31 לינק ישיר 

יענטאאש אז מ'רעדט שוין יא אפן, על איך דיר זאגן.

איך בין פון אייביג אהן געווען א שלימזל, ביז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן יאך בין אנגעקומען צו א געוויסן מקובל, יאך קען נישט זאגן דעם נאמען משום תקנת הפורום, פארברענגן עט שוין נישט וועלן דא איבעטרעטן די שוועל, אבער זייט דעמאלט בין איך געווארן א מזל'דיגער מענטש, מיין העמד שטעקט זיך שוין נישט ארויס פון דעם העמד, און ווי אויך פאררעכט מיר די רביצין אלע מאל די זיפער'ס, פון יעמאלט און ווייטער האב איך זיך שוין געשפייזט פון עפעס אנדערש וואו מסור קעצל'ן, בקיצור, איך בין געגאנגען מדרגא לדרגא ביז איך בין אנגעקומען צו זיין דאיען דא אין קרעטשמע, סאו איך בין דיר עניוועי מויכעל.

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס איז מען נישט געווען צופרידן פון מיין דרשה, סיז דאך אזוי שיין מתובל געווען בתורה וחסידות, נא היינט אז יאך ביןשוין יא געווארן א תלמיד חכם, פארוואס לאכן זיי ווידער אונטערן רוקן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 05:31 לינק ישיר 

זארעכך;

א גרויסן יישר כח, הן פאר די קאמפלימענטן, און הן פארן מיך ארויסדרייען אביסל פון מיין קאלעכדיגן פלאנטער דא מיט די בדחנים-חזנים.

איך וויל נישט צוזאגן, אבער כ'האף אז מיט די צייט וועל איך קענען ערפילן דיין בקשה, אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 20:50 לינק ישיר 

קרעמער און יענטאאש:
אלו ואלו דברי ... חיים, ס'איז קיין סתירה...

-----
און פארוואס איך בין דיך מכבד? ווייסטו דען טאקע נישט?

ווייל ווען דו - "יענטאאש" - שרייבסט אראפ אן ארטיקל איז עס מיט אלע טעמים!

הן דיין שרייבערישן טאלאנט וואס דו פארמאגסט אין דיר. די ארטיקל וואס דו שרייבסט אראפ ליינט זיך געשמאק, גוט, גרינג און פארשטענדליך.

הן די אלע קליינע דעטאלישע פיטשיווקעס וואס דו לייגסט צו צו יעדן ארטיקל. דער ליינער שפירט ממש ווי עס לעבט די פאסירונג פאר זיינע אויגן.

הן די הומאר וואס דו לייגסט אריין אינעם ארטיקל. ס'איז ממש א געשמאק.

איך - אזוי ווי אלע ליינער - קענען זאגן בפה מלא:
ווען נאר עס שפרינגט ארויף אן אשכול וואס דער מחבר דערפון איז "יענטאאש", בין איך באלד דארט זיך צו דערקוויקן דערמיט. יעדעס ווארט איז זיס!

ווען נאר מען ליינט דיינס אן ארטיקל צולאכט מען זיך ביני לבין עצמם, און נישט נאר איינמאל אדער צוויי מאל, נאר אפשר צען מאל. און יעדן פערעגראף עקסטער איז דא זיסע שטיקלעך מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן.

איך מיין אז דאס איז כולי עלמא מודי, יעדער באזוכער דא אין די קרעטשמע וועט מודה זיין צו מיר אז: יו אר דע בעסט

אט דאס זענען די סיבות פארוואס איך האב דיך מכבד געווען מיט דעם ארטיקל. ולית מאן דפליג אז עס איז אינו דומה אן ארטיקל - פון וואספארא סארט ער זאל נאר נישט זיין - וואס "יענטאאש" שרייבט צו אן ארטיקל וואס אן אנדערער שרייבט, נישט קיין חילוק ווער דער אנדערער זאל זיין.

און אויב דו געדענקסט האב איך שוין אמאל משמיע געווען דעתי, אז איך האלט אז דו ביסט דער בעסטער שרייבער דא אויפן פורום, זע דא אין דעם אשכול

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1534974



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 03:23 לינק ישיר 

מצורף קובץ

חחחחחחחחחחחחחחחחחחיענטש איך קענישט אויפערן לאכן....

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 03:15 לינק ישיר 

אךךךך רבונו שלך עולם!!!!!!!!!.... כ'האב געזען ער רעדט פון חאזאנעצען בי חתונות האב איך געמיינט זיכער ער רעדט פון די בדחנים ווא סגארגלען זעך ביז אין די נאכט אריין נאכדעם וואס זיי האלטן נאך א לאנגן נאכמיטאג דרימל.....

שוין וואס קען איך טאן?????.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 03:08 לינק ישיר 

יענטאאש / בדחן;

זרח רעדט פון חזנים, נישט פון בדחנים. ליינען קענסטו שוין אויך נישט??? פון וועמען האסטו שוחד גענומען???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/12/2005 02:51 לינק ישיר 

ר' זארעחך;

כ'פארשטיי וואס דו זאגסט וועגן די 'באדחאנים', (ביי דע וועי מיין איך דו זאלסט נישט חוזק מאכן פון זיי ווייל לויט די ווערסיע פון 'א אידישע וועלט' זענען איך, דו, און קרעמער אלע בדחנים)......

אבער וואס ביזטו מיך מכבד?, נעם אפיר דעם פעדער און גיב ארויס אלעס וואס דו האסט צו זאגן איבער די נאר-דחנים....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 02:30 לינק ישיר 

נע קרעמער, וואס מיינסטע איז דארט געלעגן? אביסל ירושלימע קוגל, נעכטיגע חלות און אלטע איראעלישע שאלאטן.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 02:25 לינק ישיר 

וואס איז מיט דיר געשען יענטאאש? ביסט מיר געווארן א שונא מתנות אויף דער עלטער???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/12/2005 02:22 לינק ישיר 

מצורף קובץ

חי וקיים;

פע!!!..... כ'דיירף ניט דיין נעבאכדיקע מתנה....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 01:31 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יענטש, דאך אמאל א מענטש.

(זאל ניט זיין זוגות נעם נאך איינץ)

דא האסטו דיין 'דורן דרשה' געשיינק...

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 23:42 לינק ישיר 

סאכדעס;

אז מ'רעד מיר שוין יא אפן, לאמיך דיך קודם איבערבעטן, דו ווייסט דאך איך האב דיך נישט געמיינט צו טשעפען, אבער דער גאנצער עולם האט זיך צו דיר אזוי אויפגעפירט, האב איך נישט געוואלט זיין אויסגעשפילט.

אבער לאמיך דיך פרעגן עטליכע פראגן: פארוואס האסטו טאקע געדארפט גיין מיט צעשלאכעטע הויזן אלעמאל? פארוואס האסטו אייביג געדארפט האבן אן ארויסגעשטעקטע העמד? פארוואס האבן אפילו דיינע נייע הויזנ'ס געהאט א צעריסענע זיפער? פארוואס ביזטו אלץ געווען א מסור-קעצל? פארוואס??




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 23:41 לינק ישיר 

מיין באליבטער יענטאאש

אוי איז דאס גוט - אזוי ווי תמיד, האב איך מיך אונטערגעהאלטן מיט אייער ארטיקל.

---
אצינד ווארט איך אויף אייער ארטיקל וועלכע זאל הייסן:

יא די וועלט איז גערעכט! - זיי זענען טאקע נער'נים...

יעדעס מאל ווען איך קום צוריק פון א חתונה וכדומה, ווי די קלוגע כאַזאָנעם קריצלען די אויערן מיט זייערע זיסע קעלעכלעך, און ווער רעדט נאך פון זייערע באכיינטע מאושענס וואס זיי גיבן צו צום טעם, א ממש א מעכאייע..., קום איך נאכאמאל צום באשלוס:

יא די וועלט איז גערעכט:
חזנים זענען נער'אנים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2005 22:48 לינק ישיר 

אוי איז דאס גוט יענטאאש, יאך לאך נאך אלץ.
ממש געוואלדיג איי פיל יור פעין, נעקסטיים זאלסטו נישט מיר טשעפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2005 17:47 לינק ישיר 

קרעמער איך זעה אז די פארשטייסט נישט, וועל איך דיר מיזן מסביר זיין, איז אזוי, איך רעד פין מיין יענטאאש פייל, פארשאנטאטא?
אויב כאפס'טו נאך אלץ נישט דאן שעמט אייך נישט צי פרעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ***איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער...***
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext