בית פורומים היימישע קרעטשמע

בילדער פון אוקריינא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2005 17:33 לינק ישיר 
בילדער פון אוקריינא

דא וועל איך בעזהשי"ת ארויפלייגן בילדער וואס אונזערע חשוב'ע חברים האבן געכאפט וויילענדיג אינעם לאנד אוקריינא, ארומפארענדיג אויף די מקומות הקדושים, וואו זיי האבן זיך האפענטליך אויסגעבעטן אלעס גוטס, פאר זיך און פאר אונז, און פאר גאנץ כלל ישראל.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/12/2005 05:50 לינק ישיר 

נו דאן אפשר פון אוקריינא וועט שוין קרעמער ברענגן געצייג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 23:55 לינק ישיר 

מיין פראבלעם איז אז איך האב נישט די געצייג......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 23:22 לינק ישיר 

נאך ווי סיז דא א מעכאניקער, אונזער אלעמען באקאנטער משה וואלף דער מעכאניקער, ער איז שוין דא פאר א היבשע צייט, מיר ווארטן ער זאל שוין עפעס פארעכטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 23:20 לינק ישיר 

נישטא קיין מעכאניקער דא אין קרעטשמע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 23:02 לינק ישיר 

איך האב נאך אסאך אסאך בילדער פון אוקריינא און אנדערע מקומות הקדושים, עס ליגט אבער אין די אנדערע קאמפיוטער, און עס ווערט געזוכט: 1) צייט 2) געדולד 3) א מעכאניקער אויפצוברעכן מיין אלטע קאמפיוטער...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/12/2005 22:58 לינק ישיר 

נישטא קיין בילדער פין קברים ?
איך גלייב אז זיי זענען דארט אויך געווען.
אפשר וואלט דאס אויך געווען אינטערעסאנט ארויפצולייגען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 20:00 לינק ישיר 

איז נישט דא נאך בילדער פון די באליבטע אוקריינא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2005 01:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

חייקלס אלטע אויטא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2005 01:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א בילד וואס איך האב באקומען פון איינע פון די מיטפארער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 22:18 לינק ישיר 

ר' קרעמער, דיינע הערות זענען געוואלדיג.
עס דערמאנט מיך ווי איך פלעג לייענען אלץ קינד אין תהלים, בעפאר יעדער קאפיטעל. "דער קאפיטאל רעדט זיך ווי דוד המלך האט בלא בלא בלאא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 21:17 לינק ישיר 

אויפ'ן וואונק פונעם כאשיוון קרעטשמער באטשי, טוה איך איבער טייטשן די רוסישע ווערטער, אז די אלע פולישע אימגראנאטן, זאלן דאס קאנען ליינען

אויבן אויף די אלארעם ליינט זיך ווי פאלגענד
אָטְקְרִיט
אויף רעכט'ס ליינט זיך
קְנאָפְּקאָ, דאס איז מלשון קנעפל
אויף די לינקע זייט, לכאורה ווייל די ערשטע אות איז האלב באהאלטן
נאַזשׁאַט
און אונטן ליינט זיך
פּאָזשׁאַר

און דאן אריבער צו די גאז סטאנציע, וואס קרעמער מיינט אז ער איז ביי געטיס אין מאנסי, און ער וועט באקומען דארט צ'ולענט,
די ערשטע שורה (שוין אביסל שווער)
ציִנַא 1 ל פּאַלִיוואַ
און דאן די 4טע רייע האט די אותיות
דפּ
און דאן אונטן ליינט זיך
אַפּעראַטאָר מלשון אפרעטער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 18:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פרייז ליסטע פון א טעלער טשאלענט דאנערשטאג אווענט אין די קרעטשמע:

די אויבערשטע איז מיט קושקע
די צווייטע איז מיט זויער פיקל
די דריטע אן בונדלעך
די פערטע איז ווען מען קויפט דאס מיט א ביר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 18:02 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די וואג וואס דער דיין נוצט אויסצורעכענען וואו עס ענדיגן זיך די שיעורים פון עירובי תחומין...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 18:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די באק אויוון פון פייטל דער בעקער, נישט איין מסור האט געפונען זיין סוף צווישן די פיר ווענט פון דעם אויוון...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:49 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס בילד צייגט, אבער עס איז פונקט גענוג מיר צו דערמאנען די ביטערע גזירות וואס דער גראף האט ארויסגעגעבן , עס זעהט אויס אביסל ווי אן ארבייטס לאגער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בילדער פון אוקריינא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext