can somebody tell me please the address of the kraichme? i can't find it
נשלח ב-9/12/2005 17:06
מיין וועג האט גענומען פופצן מוניט פון מיין הויז ביז די קרעטשמע
תוקן על ידי - upstate - 09/12/2005 17:05:30
נשלח ב-9/12/2005 17:03
און מאנראו איז שוין דא 8 אינטשעס איך בין שוין געפארען אויף די טראוועי פאר צוויי שעה פון די טאלל באָט ביז די נוי דזשערזי 17 דעריבער אלע upstate מעבערס וואס פלאנען צו קימען צי די קרעטשמע זאלען זיכער מאכען זיך נאכציפרעגן ביי רייזענדע וואס זענען געפארן נאך 9:00
נשלח ב-9/12/2005 15:54
טאטי;
איך וויל דיר ח"ו נישט אויפוועקן, עס פאסט נישט, און עס איז נישט אויסגעהאלטן מטעם כיבוד אב (ווער געדענקט נאך פון חדר די גרויסע מצוה פון קיבידאוואהיים?), אבער ווען דו וועסט אויפשטיין, ארויפציען די ראלעטן און ארויסקוקען פון דיין שלאף צימער פענסטער וועסטו ווערן איבעראשט פון די שיינע סצענע וואס וועט זיך פאר דיר אנטפלעקן.
דער פון אויבן האט אראפגעשיקט מיליאנען שטיקלעך שניי אין דארף, וואס פארמירן א הערליכע ווייסע טישטוך אויפן גאנצן האריזאנט, פון אלע זייטן זעהט מען אידעלעך מיט די טלית ותפילין צווישן די ארעמס, די קוטשמעס אראפגעשלעפט ביז איבער די אויגן און א פארוויקלטע שאל פארשטעלט דעם הדרת פנים. מענער איילן זיך אין שוהל אריין מיט א שמייכל אויף די לעפצן און א הארץ פול מיט פרייד אויף די ווייסע ברעקלעך וואס דערמאנען די מן, קליינע קינדער שארן די שניי מיט אן אימפעט ווארטענדיג אז דער באס זאל אנקומען זיי אויפנעמען גיין אין חדר און אין שולע אריין.
די מאמעס מיט די קליינע קינדערלעך שטייען אלע ביי די פענסטער און באטראכטן מיט א וואונדער די הערליכע פאנאראמע, זיי פרייען זיך און דאנקן גאט פאר זיין גרויסע גענאדע.