בית פורומים היימישע קרעטשמע

~~~פראגע אויף פרשת וישלח~~~

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2005 05:44 לינק ישיר 
~~~פראגע אויף פרשת וישלח~~~

פראגע פון פרשת וישלח


עס איז באקאנט די מעשה פון שכם בן חמור וואס האט פארכאפט דינה, און די בני יעקב האבן זיך נישט פארלוירן נאר מיט חכמה געשטעלט א תנאי אז די גאנצע שטאט מוז זיך מל'ן, און דעם דריטן טאג זענען שמעון און לוי געקומען און אויסגע'הרג'ט אלע איינוואוינער פון שכם און אנטלאפן מיט דינה.

פארוואס זענען זיי געקומען פונקט דעם דריטן טאג?

==
גרינגע תורות וועלן אי"ה נאכקומען במשך די וואך בעזהשי"ת.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/12/2005 22:13 לינק ישיר 

ידידי ר' קאסמא קרעמער שליט"א:

דאס אז דיין נאמען אויף די פאפירן איז 'קאסמא', דאס ווייס איך שוין פון לאנג. איך רעד דאך פון דיין אידישן נאמען.
למשל אזוי ווי איך. איך הייס אויף אידיש זארעכ/זארעך/זרח...

איך ריש זיך אז דו גייסט ענטפערן איך הייס קאסמא ווי דו זרח. אעפי"כ מיט דעם אלעם פרעג איך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2005 21:44 לינק ישיר 

"קאסמא" - מיין פריינט - איז מיין ערשטער נאמען.

איך גלייך נישט מאריך צו זיין אין פראגן וואס אנדערע פרעגן (אויסער אויב איך באמערק סתירות וכדומה און איך ארבעט סיי ווי אויס דעם ענין עי' "כלי מלת"), ממילא וועל איך לאזן דעם עולם פארשטיין דיין תגובה (וואס איז גארנישט אזוי בקיצור).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/12/2005 20:48 לינק ישיר 

איך וועל נאר שרייבן בקיצור.
און אויב מיין חשובער ידיד ר' ...? קרעמער שליט"א וועט וועלן, וועט ער דאס בעז"ה אויסברייטערן און מסביר זיין בטוטו"ד, אזוי ווי ער האט געטוהן מיט די תי' אויף 'ביום השלישי'.

ווער זענען געווען די שלוחים וואס יעקב אבינו האט געשיקט?

אין מדרש רבה שטייט: מלאכים אלו שלוחי בשר ודם, רבנן אמרי מלאכים ממש.

1. רש"י לערנט ווי די רבנן אין מדרש, אז עס זענען געווען מלאכים ממש.

ווער זענען געווען די מלאכים?
לויט ווי עס ווערט געברענגט בשם המדרשים זענען דאס געווען מיכאל און גבריאל.

בנוגע די וואס CANO האט אויבן געברענגט וועגן שינוי שמות המלאכים לפי שליחותם, און ער האט דאס געוואלט צושטעלן אויך צו די מלאכים וואס יעקב האט געשיקט. יש לציין ע"ז, דער מקור איז דער מדרש אויפן פסוק למה זה תשאל לשמי ומובא ברש"י שם, ועיי' במפרשי המדרש (יפ"ת ועוד) וואס זיי זענען דן דערין צו מיכאל וגבריאל ווערן אויך נשתנה לפי שליחותם. (ועי' עוד במפרשי רש"י, לעיל ריש פר' וירא).

2. דער תרגום, דער אבן עזרא און נאך ראשונים לערנען ווי דער ערשטער פשט אין מדרש, אז מלאכים מיינט מען שלוחי בשר ודם.

דער תרגום זאגט: ושלח יעקב "אזגדין". דאס מיינט לכאורה שלוחים ממש.
דער אבן עזרא לערנט אויך פשט, אז, מלאכים מיינט שלוחי בשר ודם. ער איז מוסיף אז די שלוחים זענען געווען זיינע עבדים.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 18/12/2005 20:52:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2005 05:21 לינק ישיר 

ענטפער אויף די פראגע פון פרשת וישלח


עס איז באקאנט די מעשה פון שכם בן חמור וואס האט פארכאפט דינה, און די בני יעקב האבן זיך נישט פארלוירן נאר מיט חכמה געשטעלט א תנאי אז די גאנצע שטאט מוז זיך מל'ן, און דעם דריטן טאג זענען שמעון און לוי געקומען און אויסגע'הרג'ט אלע איינוואוינער פון שכם און אנטלאפן מיט דינה.

פארוואס זענען זיי געקומען פונקט דעם דריטן טאג?


אין פסוק שטייט (בראשית ל"ד, כ"ה) ויהי ביום השלישי בהיותם כאבים, זאגט דער תרגום אונקלוס "כד תקיפו עליהון כאביהון", אז דאן האבן זיך געשטארקט די ווייטאגן זייערע פונעם ברית. איז דאך משמע אז דעם דריטן טאג שטארקן זיך די ווייטאגן.

דער רבינו בחיי איז מסביר אז יעדע "דריטע" טאג איז אייביג שוואכער, סיי דער דריטער טאג פון געבורט, סיי דער דריטער טאג פון די וואך, און די סיבה דערצו איז ווייל דאן איז שולט דער מזל "מאדים" (וואס דאס איז ווי באקאנט א שלעכטער מזל).

אין די גמרא מסכת שבת (דף קל"ד ע"ב) איז דא א מחלוקת צווישן דעם תנא קמא מיט ר' אלעזר בן עזריא, די חכמים זאגען אז אויב דער ברית איז אום שבת, מעג מען געהעריג ארומוואשן דעם קליינטשיגן סיי בעפאר דעם ברית און סיי נאכן ברית, אבער אויב דער ברית איז געווען דאנערשטאג (וואס דאן געפאלט דער דריטער טאג אום שבת) טאר מען נישט ארומוואשן דאס קינד געהעריג, מען מעג אים נאר אביסל ארומשפריצן וואסער מיט די האנט. רבי אלעזר בן עזריה זאגט אבער אז דעם דריטן טאג מעג מען אויך געהעריג ארומוואשן, און ער ברענגט זיך א ראיה פון די מענטשן פון שכם וואס דער פסוק זאגט אז דעם דריטן טאג זענען זיי געווען שוואכער, קומט דאך אויס אז די דריטע טאג איז א גרויסע סכנה, דערפאר מעג מען אויך דאן מחלל שבת זיין.

די גמרא זאגט אבער אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע ראיה, ווייל דארט רעדט זיך פון גרויסע ערוואקסענע מענטשן וואס ביי זיי פארהיילט זיך שווער א מכה, דעריבער איז די דריטע טאג אויך א סכנה, אבער ביים קליינעם אכט טאגיקן פארהיילט זיך א וואונד שנעלער, גייט ער פריער ארויס פון סכנה, און דער דריטער טאג איז שוין נישט אזוי שווער פאר אים. (דער רמב"ם [הובא בשפתי חכמים ריש פרשת וירא] איז דאס מסביר אזוי: אן ערוואקסענער פארמאגט מער ליחות (אייטער וכדומה) אין זיך, און דאס קומט ארויס הערשט ביים דריטן טאג און פארשווערט די מכה).

דער דעת זקנים לבעלי התוספות, דער רא"ש און דער חזקוני זאגן אלע אז דערפאר זענען שמעון און לוי געקומען דעם דריטן טאג, ווייל דאן האבן די בני שכם "חרטה" געהאט אויף די מילה (טאקע צוליב די גרויסע צער).

דער דעת זקנים און חזקוני זענען אבער נישט צופרידן מיט דעם פשט, ווי דער דעת זקנים פרעגט: "עס קען נישט זיין אז דעם דריטן טאג האבן זיי געהאט מער צער ווי די ערשטע צוויי טעג"?

דערפאר זאגען זיי אן אנדערן פשט: עס זענען געווען אזויפיל מענטשן אין שכם, אז עס האט גענומען דריי טעג ביז מען האט זיי אלע אפגע'מל'עט, דערפאר האבן שמעון ולוי אויסגעווארט ביזן דריטן טאג וואס דאן וועלן שוין אלע זיין אפגעשוואכט פון די מילה.

דער אור החיים הק' (פרשת וירא) שרייבט גאר א נייע פשט: די בני יעקב האבן נישט אויסגעזוכט דעם טאג וואס זיי געפונען זיך אין א גרעסערע "סכנה" (ווייל באמת – טענה'ט ער – זענען די ערשטע צוויי טעג מער מסוכן ע"ש), נאר דעם טאג וואס זיי זענען די "שוואכסטע" און וועלן זיך נישט קענען צוריקשלאגן, דערפאר זענען זיי געקומען דעם דריטן טאג ווייל דאן זענען זיי שוין דאס מערסטע אפגעשוואכט, נאכן מיטמאכן יסורים דריי טאג אין א ציה!

א גרויסן יישר כח פאר מיין פריינט ר' זרח פעפער שליט"א וואס האט גלייך געענטפערט אט די תירוצים, איך האב עס נאר אויסגעברייטערט אז די חשוב'ע ליינער זאלן פארשטיין וואס ער האט געשריבן בקיצור




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/12/2005 22:19 לינק ישיר 

פענסטער;

ס'איז געווען א טעות, שגיאות מי יבין. כ'האב עס געטייפט אין די שנעלקייט, ואתך הסליחה.

בענקל34;

וואס ווארטסטו צו הערן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/12/2005 19:13 לינק ישיר 

א גיטן טאג ר' קרעמער, און פסוק יז לאנג נאכדעם וואס די מלאכים זענען שוין ציריק געקימען שטייט דארט ויתן ביד עבדיו עדר שטייט ארויס עבדיו און אויף דעם שטייט אין נעקסטען פסוק יח ושאלך לאמר למי אתה ואנה תלך,איז דע ווערטער וואס עשו גייט רעדן איז לכאורה קלאר נישט צי די מלאכים נאר צי יעקב'ס קנעכט,נאר דער אמת איז אז אינעם צווייטען פסוק שטייט בפירוש ארויס כה תאמרון לאדני לעשו וכ"ו, האט דאך יעקב באפוילען די מלאכים צי רעדן מיט עשו איז דאך מסתבר אז ער האט זיי געזעהן
איך ווארט צי הערן פון דיר
יישר כח פארן אנצייכענען דעם מ"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 18:08 לינק ישיר 

קרעמער;

דאכט זיך מיר אז אין חומש שטייט למי "אתה" ואנה תלך, און נישט למי "אלה". קען זיין איך בין נישט גערעכט, איך האב נישט קיין חומש דא מיט מיר, ביטע מאך קלאר, שכח.

תוקן על ידי - פענסטער - 15/12/2005 18:08:01



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 15:59 לינק ישיר 

א גוט מארגן ר' בענקל (מדוע באת היום? לא ערב שבת ולא מוצאי שבת היום?).

עשו האט געזען די מלאכים, והא ראי' ער האט גערעדט מיט זיי, למי אלה ואנה תלך ולמי אלה לפניך.

קטורת נאכן דאווענען, עי' מגן אברהם (סי' קל"ב סק"ג) דכוונתינו ליפטר מתוך דברי תורה, ובכתבים איתא שהטעם להבריח הקליפות ע"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/12/2005 07:07 לינק ישיר 

א גיטן אייך אלע,,סדאכטס סיך מיר אז די ערשטע שטיקל אויף די וואכענדיגע סדרה אינעם הייליגען ספר מאור ושמש
איז איינע פון די זאכן וואס ער שטעלט זיך איז, אז רש"י הקדוש זאגט דאך אז יעקב האט געשיקט מלאכים ממש (וואס אגב מיין איך אז סשטייט פון ר' שמשון אוסטרופולער אז ממש מאכט די דריי מלאכים מיכאל -מלכיאל-שנדריאל)פרעגט ער ווי אזוי האט אזא רשע ווי עשו געקענט זעהן עכטע מלאכים? און ער ענפערט כדרכו בקודש עי' שם וואס מיך באדערט איז .אז ווער זאגט אז עשו האט געזעהן די מלאכים
די מלאכים האבן געזעהן עשו און אז ער קימט א קעגן מיט פיר הינדערט מענטשען וכ"ו אבער וואס צווינגט מיר צי זאגן אז עשו האט זיי אויך געזעהן?
יעץ וויל איך פרעגן עפעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט די פרשה אבער מיר זאגן עס יעדן טאג ביים דאווענן און איך ווייס נישט פארוואס ,דאס איז קטרת וואס מען זאגט איינמאל פאר הודו אין מען זאגט עס נאכאמאל נאכן יום
פארוואס זאגט מען דאס צוויי מאל ,ביטע ווער עס קען זאל ענטפערן
א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 00:18 לינק ישיר 

ס'איז א רש"י (בראשית ל"ב, ל'), אבער איך פארשטיי נישט וואס עס איז שווער דא, און וואס דו פארענטפערסט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/12/2005 23:14 לינק ישיר 

קרעמער און זארעכפעפער עס איז מיר בייגעפאלען צו מאכען א פשרה איך האב נישט פאר מיר קיין ספרי קודש אבער לויט ווי איך געדעכק ווען יעקב אבינו האט געפרעגט דעם מלאך וואס זיין נאמען איז האט ער געכטפערט אז די מלאכים האבען נישט קיין באשטימטע נאמען זייער נאמען ווערט באשטימט לויט זייערע שליחות למשל ווען איינער גייט אויף א שליחות צי היילען ווערט ער גערופען רפאל ממילא (אויב וואס איך געדענק איז וואר) קען מען איינזעצן פשט אז די מלאך וואס הייסט ביי די יעצטיע שליחות מיכאל איז באשאפען געווארען בשעת בריאת העולם ווער עס געדכגט פינקליך די לשון פינעם מדובר דארט מיטן מלאך און אויב דאס וואס איך דערמאן איז א רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה זאל מוחל זיין און ענטפערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2005 02:43 לינק ישיר 

פון דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט: ער שרייבט אז יעקב האט געשיקט די מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן בשעת בריאת העולם, און נישט דו וואס זענען באשאפן געווארן דורך זיינע מצות ומעשים טובים, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך משתמש זיין מיט זיינע זכותים (דאשתמש בתגא חלף). ער טייטשט מיט דעם די ווארט "לפניו" וכו', האב איך פארשטאנען אז דאס, אז יעקב האט געשיקט די מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן בשעת בריאות העולם, דאס טוהט אויך אויף דער ישמח משה. ואתך הסליחה.

אגב, דאס וואס רש"י זאגט מלאכים ממש, לערנט דער כלי יקר פשט, אז רש"י האט דאס טאקע גענומען פון ווארט "לפניו", (וכ"ה בשפ"ח) עיי"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2005 02:06 לינק ישיר 

וואו האב איך געשריבן אז דער ישמח משה טוהט אויף אז דאס איז געווען מיכאל און גבריאל? איך האב געשריבן א שיינע תורה פונעם ישמח משה אויף די ווארט "לפניו", וואס מיין כיתה ד' רבי (אויב איך געדענק גוט) האט מיר געזאגט ווען איך האב אים געפרעגט: רעבע, פארוואס שטייט לפניו?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/12/2005 02:00 לינק ישיר 

ר' קרעמער.

דאס איז דען דעם ישמח משה'ס אויפטוה? כמדומה אז דער מדרש זאגט אז די מלאכים זענען געווען מיכאל און גבריאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2005 01:25 לינק ישיר 

איך זעה יעצט אז דער הייליגער אור החיים הקדוש האט א גאנצע שמועס, ער זאגט בערך דריי טעמים פארוואס יעקב האט אויסגעוועלט צו שיקן מלאכים דווקא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ~~~פראגע אויף פרשת וישלח~~~
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext