דער קעניג איבער אלעם
דערוועקט זיך סאכדעס אויף איין אינדערפרי, און ווי געווענדליך גייט ער אריין אין קעניג'ס פאלאץ, זעהן צו דער קעניג האט נישט אפשר קיין שאלעס וואס איז געבוירן געווארן איבערנאכט, נו דער קעניג באמערקט דעם דאיען, און עס הילכעט אפ א גוט מארגן מיט א ווידער קול אין גאנצן פאלאץ.
שוין מיט אימה און פחד גענענט דער דאיען צו צום קעניג מיט א מאוו פון הכנעה, און ער רופט אויס: צום באפעל, רופט זיך דער קעניג אהן מיט א ליבליכע מינע, איך בין היינט אין א גוטע גיסטע, קומזשע אריין אין מיין חדר מיוחד.
דער דאיען האפט צום אלעם בעסטן, און ווי איר שטעלט זיך פאר, ער איז נישט געווארן אויסגעשפילט, דער קעניג מיט א שמייכל אויף די לעפסען, זאגט איהם אזוי מיט א פרייליכע מינע, קום וועלמיר שפילן טשעקערס.
שטעלט אייך פאר די פרייד פון דעם דאיען סאכדעס, ס'טיטשט דער קעניג אליין וויל שפילן מיט עמען, אבער סאכדעס איז אין א פארגעלעגענהייט ער האט נאך אין זיין לעבן קיין טשעקערס געשפילט, נו וואס זאגט מען דעם קעניג, ער וויל דאך עם נישט טשעפען, נאכדערצו נאכ'ן באקומען אזא כבוד, וואס קען לויט אלע מפרשים ווערן אנגערופן קאוועד מאלאחעם.
סאכדעס בארעכנט זיך וואס קען ער דערלייגן, זיין איי קיו סקאר האלט טאקע נישט ביי 141 אבער ער דארף זיך נישט שעמען, ער דערגרייכט לכאורה איבער זיבעציג, נו ער זעצט זיך צו.
דער קעניג איז פארשטייט זיך ערשט, דער קעניג גייט ארויס מיט איינע, און סאכדעס שפאצירט ארויס מיט איינע, אזוי גייט מען און גייט מען, "שיער" נישט האט סאכדעס נישט געוואונען, און לבסוף שטעלט אייך אליין פאר, ער האט טאקע נישט געוואונען.
דער קעניג איז ארויס מיט פינף קעניגן און סאכדעס מיט קיין לעבעדיגן קעניג, זעהט סאכדעס אז דער קעניג איז נישט נאר קעניג אין הייד פארק נאר אין טשעקערס אויך, און מיט סטאז שרייט דער דאיען סאכדעס אויס:
יחי אדוננו מלך הטשעקערס יחי
און דאן האפט סאכדעס אז דער גאנצער אוילעם אין דארף וועט ספאנטאניש ארויסגיין אין א העפטיגע טאנץ עד עלות השחר.
 |
|
|