בית פורומים היימישע קרעטשמע

.......די נייע "חתונה טעאריע".......

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2005 01:31 לינק ישיר 
.......די נייע "חתונה טעאריע".......

פאם פארא ראמפאם פאמפאם פאמפאם פאמפאם פאראמפאם... פאם פארא ראמפאם פאמפאם פאמפאם פאמפאם פאראמפאם... עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה.

דער חתן ווערט אריינגעברענגט, נאך איידער ער קען זיך אריענטירן אויף וועלכע וועלט ער געפונט זיך ווערט ער שוין ארומגעפירט אין די הייעך דורך אפאר צולאזטע יונגען. געווענליך באשטייען די טרעגער פון: 1 גרויסע ברודער וואס האט זיך שטארק געפארעט פאר די חתונה און שפירט ווי גלייך ער אליין איז דער מחותן ביי די היינטיגע שמחה, 1 אינגערע ברודער פון די כלה וואס מיינט אז אלע טויערן האבן זיך פאר אים געעפנט ווייל ער איז געווארן נעקסט, און 1 חבר פונעם חתן וואס מיינט אז דער חתן באמערקט בכלל זיין אנוועזנהייט ביי די שמחה, דאס פערטע פיסל בלייבט געווענליך אן א אונטערהאלטער, דאס איז דירעקט אזוי, כדי דער חתן זאל בלייבן אומבאלאנסירט און זיך איבערקערן כמנהג ישראל.

אוי עוד ישמע בערי יהודה... ישיש עליך אלקיך כמשוש חתן על כלה הוי, ישיש עליך... אהבת עולם תביא להם תביא תביא להם, אהבת עולם תביא להם תביא תביא להם, אוי וברית אבות לבנים תזכור אוי לבנים תזכור...

לאמיר אבער נישט כאפן די פיש פאר די נעץ, מיר וועלן צוריקגיין צום אנהויב סעודה. מען קומט אריין אינעם גרויסן פראכטפולן עלעגאנט צוגערישטן זאל וואו עס איז צוגעגרייט א נארהאפטיגע סעודה פאר עטליכע הונדערט געסט. יעדער שטייט, מען דרייט זיך און פריידט זיך, טייל שטעלן זיך דאווענען מעריב. איך בין שטענדיג א געדאווענטער, ווען איר זעהט מיר, זאל דאס ביינאכט אדער אינדערפרי, אלץ קענט איר מיר שטעלן אויף די חזקה אז איך האב שוין אפגעדאווענט און אפילו איבערגעדאווענט שמונה עשרה צוליב א פארגעסענע ותן טל ומטר.

אז איך קום אריין אין זאל און נאך איידער איך אריענטיר זיך וואס דא גייט פאר קומט איינער צו און מיט א בעטנדע שטומע רוימט ער מיר אריין אין אויער: "הכנסת כלה", ווייס איך אז איך בין ביי די ריכטיגע שמחה. אויב יענער וואקסט ארויס צווישן מיר און מיין טעלער פארשפייז נאך איידער עס לויפן פארביי נאך פינעף מינוט, ווייס איך שוין דעם פאקט אז די נאכט האב איך שוין גוטע קאמפאניע.

קיינער יאגט זיך נישט, עס זענען פארהאן גענוג זיץ פלעצער, איך בין דאך אבער הונגעריג ווי שטענדיג, כאפ איך א סינק מיט א טעפל און מאך מיר המוציא אויפן טעם העליון צו להכעיס דעם גאנצן עולם וואס די בושה לאזט זיי נישט טאן וואס דער מאגען פארלאנגט און דאס הארץ באגערט.

ווי נאר איך פארפארטיג דעם ערשטן ביס, איך וויל נעמען דעם צווייטן שטיקל חלה איינצוטינקן אין דעם געמויזעכץ וואס באשטייט פון אביסל ווייסע גרינסן מיט א פארווארפן מייערל אינדערמיט, מערק איך אז מיין גאנצע טיש ווערט באלאגערט, ווייל במשך די אנדערטהאלבן סעקונדע האבן זיך די ערשטע קאזין'ס געכאפט אז דער טיש וועט אין גיכן פארוואנדלט ווערן אין די קרעמער פאמיליע טיש, און אך און וויי אויב זיי וועלן נישט יעצט כאפן א זיץ, זיי וועלן מוזן גיין זיצן מיט די נעבעכדיגע משפחות פון די אנדערע צד (ס'איז נישט קיין לשון הרע, יענע משפחה טראכט די זעלבע אויף אונז).

ווייסט איר דאך אז איך גלייך גיכער צו זיצן אליין ווי איידער ברויכן אויסהערן יענעם'ס מאגן ווייען, וואס טויג מיר צו הערן אלעס וואס מען שמועסט ביי חיים יאנקעל'ן אין כולל? ווען איך וואלט געווען נייגעריג אין די סארט געשפרעכן וואלט איך שוין געפונען דעם וועג צוריק צו די פיר ווענט פון כולל וואו איך האב פארבראכט די ערשטע פינעף זאטע יארן נאך מיין חתונה נישט מער געדאכט.

ווידער אשר זעליג'ס געשפרעכן וואו ער באהאנדלט און נעמט א שטעלונג אין יעדן אשכול וואס איז ערשינען אויף היידפארק די לעצטע האלב יאר, איז מיר עפעס אויך נישט צום הארצן, קיין לכתחילה איז דאס זיכער נישט ביי מיר, איבערהויפט איז מיר שווער זיך צו מאכן ווי גלייך ער איז מיר מחדש נייעס וואס איך האב קיינמאל געוואוסט און געטראכט, ווען ער חזר'ט איבער מיט מיר אלטע אויסגעדראשענע תגובות וואס איך האב שוין געבראכן דערויף ביים שרייבן עס אין ערשטן פלאץ.

קום איך אויף מיט א געלונגענע סטראטעגיע, איך ווארט ביז יעדער זיצט שיין אויפן ארט, איך אנטשולדיג זיך אז איך ברויך נויטיג ערלעדיגן עפעס באדערפענישן, הערשט ביים טיילן די פלייש כאפן זיי זיך אז איך זיץ גאר מיטן רוקן צו זיי אלע, ביים דערנעבנדיגן טיש איבערגעבויגן איבערן איינגעקנייטשן פאפיר און שרייב אראפ אביסעלע שטאף וואס ליגט און דרוקט אויפן געוויסן, מיט מיין בלויען טינט פעדער וואס איז ווערט דערמאנט צו ווערן מיט לויב, זייענדיג מיין לעבנ'ס באגלייטער וואס קומט מיר צוניץ ווען אימער איך זיץ נישט פארנט פונעם קאמפיוטער (צב"ש דא ביי די חתונה).

דער מוזיקאנט זיצט איבער זיינע אינסטרומענטן ביים עק זאל, זכרונות פון אלטן אמאל שווימען מיר ארויף, ווען אלס קינד פלעגט א חתונה נאכט באדייטן דאס אפזיצן נעבן די וויפיל מאן באנד קלאצענדיג אויף דעם דראמער מיט די לאנגע האר און דעם טרומייטערער מיטן פארדרייטן נעזל, ביז דריי טעג נאכדעם פלעגט זיך דער רבי אין חדר אפרעדן אז איך הער עפעס נישט וואס ער רעדט, א וואונדער? די אויער דראם איז מיר געווען דורכגעלעכערט ווי א זיפל פון די אלע טרומפייטער און פייפער אויף די חתונה.

קלוגע מענטשן האבן געמיינט אז מען וועט מאכן א נייע וועלט וואו מען וועט שפארן געלט ביים חתונה מאכן, קיינער מעג נישט נעמען מער ווי איין שפילער, מיינט דער איינער אז ער מוז מאכן גערודער אנשטאט אלע צען, שפילט ער אזוי הויך אז מען קען קוים אויפכאפן וועלכן ניגון עס ווערט יעצט באמבארדירט.

איינער קומט צו מיט א געמאכטע אנגעצויגנקייט און נעמט זיך אויסגיסן א גאנצע איינגע'חזר'טע נוסח: העלפט מיר ארויס, איך שטעל צוזאם געלט פאר מיין קראנקן ברודער וועלכער ליידט נעבעך אויף א שווערע נערוון פראבלעם וואס קאסט אפ שווערע געלטער. ער וואלט נאך יעצט גערעדט ווען נישט איך שטעל אים אפ זאגנדיג: א גריס טאקע, דיין ברודער איז פונקט יעצט דא געווען מיט אט דעם זעלבן נוסח, רפואה שלימה.

איך מוז איבערהאקן דא מיט עפעס וואס איז נישט ממש די טעמע יעצט, ווייל מען טיילט די פלייש און איך באמערק מיט די זייט פונעם אויג אז מיין שכן נעמט נישט קיין פארציע פלייש פונעם סארווירער, איך גלייב נישט אז ער הונגערט יעדע נאכט, מן הסתם איז ער פון די סארט וואס רופן זיך פרומע, זיי עסן נאר היימיש, דאס מיינט אז די ווייב מוז זיך אליין שחט'ן און אויספליקן, אנדערש איז עס נישט כשר פאר אים. אויף אזעלכע איז געזאגט געווארן דער ווערטל וואס איז מער אמת ווי וויץ: דער "מחמיר" ווערט גערופן אזוי ווייל ער זאגט שטענדיג פאר יענעם "מאך מיר".

שטייט די ווייב זיינע און יאגט זיך אויס די קושקעס, דא ברויך מען די קינדער זען אין בעט אריין איידער די שרעקעדיגע פרעמדע פרוי קומט זיי אפהיטן, דארט ברויך זי נאך פארביגלן א קנייטש וואס זי האט נארוואס באמערקט אויף די ליינינג פון די חתונה קלייד, אבער דער מאן – וואס טוט מען נישט פארן מאן – ער ברויך נאך עסן א פיינעם ווארימען נאכטמאל איידער מען לאזט זיך ארויס צו די חתונה. גיי מיין טייערע, שטעל צו א וועטשערע פאר דיין ליבן מאן, אויב וועסטו זיך גוט אהערשטעלן וועט ער געבן קידוש און דיר צולייגן א נאמען: "תמר", באדייטנדיג "דא מאר", טוה מער. (האסטו שכל, דאן פאלג וואס די קלוגע האבן געלערנט, הוי עז כ"נמר", זאג אים "נאו מאר", זהו).

מיר בעלי בתים מיינען אז ביי אונז איז עק וועלט, מען ברויך זיך דעם הוט צורעכטן, אנטאן דעם שיינעם אנצוג, אויסגלעטן די פיאות און איבערקניפן די בארד איידער מען קען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צו א חתונה (זאל שוין נישט אויסגערעדט זיין די ווארטעניש אויף די פרינצעסין), ווארט ביז איר הערט וואס א חבר מיינער פון די אנדערע זייט וואסער האט מיר לעצטענס פארטרויעט.

לויט יענעם – און איך גלייב אים ווייל ער איז פון די איינציגע וואס לאכן זיך פולהארציג אויס פון די אלע קאפריזן זייערע – דרייט זיך ביי זיי ארום צווישן די רבי'שע קינדער און זייערע פארצווייגטע פאמיליעס א זעקסטע שלחן ערוך בכתב יד, וואו עס איז פונקטליך פארגעשריבן אלע דעטאלן וואס אנבאלאנגען די שמחות פון רבי'שע קינדער און אייניקלעך.

צום ביישפיל – זאגט מיר מיין פריינט אלס א שפיץ גאפלדיגע דוגמא – זענען פארהאנען פארשידענע רעגולאציעס בנוגע דעם באקליידונג פון די קרובים: ביי חתונות פון ווייטערע קרובים גייט מען אנגעטאן מיט די וואכנדיגע שווארצע זאקען, א טיש בעקיטשע און שטריימל. גייט מען צו א נענטערע חתונה, גיבט מען אויך א ציה ארויף די ווייסע זאקען אויף די פיס, איינער וואס איז נאך נאנטער ברויך שוין אנטאן דעם סאמעטענעם בעקיטשע, און די סאמע נאנטסטע קרובים קומען שוין בכלל נישט אויף די חתונה.

צוריק צו אונזער שמחה, מען שטעלט זיך אויף טאנצן, יעדער מאכט זיך ווי מען פריידט זיך איינער צום צווייטן, איינעם פרעג איך דו ווייסט מיין טעלעפאן נומער? אויב ווילסטו זייער שטארק רעדן צו מיר, מאכט זיך אמאל איך בין איינזאם און אומעטיג געב מיר א רוף, יעצט בין איך פארנומען.

א חתונה זאל איז די גרעסטע אומאפיציעלע מיטינג פלאץ, דא ווערן געשלאסן אדער געבראכן די גרעסטע און שווערסטע דיעל'ס. משה יוחנן שרייט הויך צו נחום'ן – ווען די מוזיק האקט און זעצט מיט אייפער – איבער א נייע געשעפט אין וואס ער רעכט זיך אריינצושפרינגן אין די נאנטע טעג, א מציאה איז אים אונטערגעקומען די האנט, ממש א שאד ארויסצולאזן אזא בארגעין. די מוזיק דונערט, פאר נחום'ן דאכט זיך אז ער פארשטייט, ער שטימט צי צום געשעפט, משה יוחנן דאכט זיך שוין גאר ווי נחום איז גרייט איינצושטעקן אינעם עסק, נאר ביים שליסן דאס געשעפט מיט א האנט שאקל כאפט זיך משה יוחנן אז נחום האט אים גאר אפירגעהאלטן פארוואס ער איז געקומען צו די חתונה מיט א קוטשמע.

דאס ברענגט אונז צום הויכפונקט פון אונזער ארטיקל אויף וואס מיר האבן באזירט דעם קעפל: די נייע חתונה טעאריע.

זיך אומקוקענדיג ביי אידישע שמחות די לעצטע צוויי צענדליג יאר, ברויך מען נישט זיין קיין מח כירורג צו באמערקן ווי עס ווערן אלץ ווינציגער די וואס פרייען זיך מיט די חתן כלה זעלבסט. יא, יעדער קומט נאך, מען שאקעלט לולב מיטן מחותן'ס רעכטע האנט, טייל פארפולקאמען דאס ביסל עקסערסייז וואס פעלט זיי פארן טאג מיטן ארומשלעפן דאס פעקל פלייש און אפפאל אין א צירקל רינגס און ארום דעם זאל אין א ראד וואס רופט זיך טאנץ, ביז עס דוכט זיך זיי אז די בילקע און פארציע איבערגעצויגענס האט זיך שוין שיין פלאצירט אין בייכל און צוגעגרייט א ווארע פאר די פיינע שמארגעס-בארד וואס די סארווירער ברענגן אט אריין.

בין איך געקומען צום אויספיר אז די גאנצע זאך איז א בלויזער שפיל, מען מיינט גארנישט די חתן כלה, מען מיינט גאר עפעס אנדערש. די אור עלטערן אונזערע זענען געווען קלוגע לייט, זעענדיג אז מיט די צייט וועלן מיר – זייערע קינדער און אייניקלעך – חלילה אינגאנצן פארלירן שייכות פון די משפחה, אין לויף פון די צייט וועט אינגאנצן אויסוועפן דאס ביסעלע פארבינדונג וואס מענטשן האבן נאך מיט זייערע ארומיגע קרובים, האבן זיי לאנג געקלערט און שטודירט אלערליי עצות וויאזוי דאס אפצוהאלטן, און צוריק פארבינדן די פאמיליע בונד.

דאן זענען זיי אויפגעקומען מיט דעם געניאלן בייפאל – וואס האט זיינערצייט געוואונען עטליכע נאבעל פרעמיעס – נעמליך מען וועט יעדע שטיק צייט מאכן אזא סארט צוזאמקום, וואו ברודער און שוועסטער וועלן זיך צוזאמטרעפן, פלימעניקס און פלימעניצעס וועלן האבן א געלעגנהייט זיך צו זעהן מיט זייערע פעטערס און מומעס.

כדי דאס זאל צושטאנד קומען האבן זיי געברויכט האבן אן אורזאך פארוואס מען רופט צוזאם אלע משפחה מיטגלידער אין א טרוקענעם וואכנטאג, האט מען ביי א מיטינג באשלאסן אז מען וועט נעמען א בחור פון די משפחה, אים צוזאמ'שדכ'ענען מיט א מיידל, צופיל צו פארלירן האט ער סיי ווי נישט, מען וועט באשטימען א דאטום און קראך, די גאנצע משפחה וועט זיך צוזאמקומען אונטער איין דאך!

ווי מער איך טראכט אריין אין די נייע טעאריע, זעה איך אז איך בין גאר גערעכט, ווייל אז איר וועט גוט באאבאכטן וועט איר באמערקן אז די קינדערלאזע פארפעלקער (ל"ע) מאכן טאקע נישט חתונה. וואס קען זיין די אורזאך דערפון, אויב נישט די איינע סיבה אז ווילאנג זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע קינדער קימערט זיי אינגאנצן נישט אז משפחות טרעפן זיך נישט צוזאם...

איין קלייניגקייט שטערט מיר פון די גאנצע טעאריע מיינע – אבער עס איז נאכנישט גענוג שטארק דאס אפצואווארפן – און דאס איז ווי פאלגענד:

וואס זענען חתן-כלה שולדיג דערין? ברויכן זיי טאקע גאנצע זיבעציג יאר ליידן ווייל די פאמיליע זאל זיך האלטן אינאיינעם?

אויף שמחות!!!


תוקן על ידי - קרעמער - 14/12/2005 2:20:41



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2005 05:31 לינק ישיר 

קרעמער


דאס איז גאר גיט, ------we need more------



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 04:23 לינק ישיר 

קרעמער:
מעכטיג!!!! שוין לאנג נישט געשריבן אזא לאנגע, נישט נאר דאס, עס איז גיט אויך, אין נישט נאר דאס נאר גאנץ אמת, עני וועי איך האב גיט געלאכט, !!!עי וואן!!!



איך וויין ווייל איך האב געשריבן א לאנגס אין פע...איך שיס אויס געוויין פע..בעהה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 04:39 לינק ישיר 

Na bidder;

I'm not offended, and certainly not angry at your comment. it's just that as 'Rosh Hakohel' i had to defend my kuved....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 03:46 לינק ישיר 

Yentash, why the hostility? I was agreeing with what you said, and in fact admire your writing in general. I happen to like your nick too, mein elter mime has a similar name. I honestly didn't mean to offend you, must have been the access coffee in my system. I sincerely apologize.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 01:26 לינק ישיר 

Biddersweet;



Since I wasn't at a cousins wedding last night, and neither did I have one but didn't go, so I didn't have time at about an hour or two after midnight to respond to your criticizing my name.



Now listen, every body has to have a name, correct? So what kinda name did you want I should give my self? I'm not 'Bidder', and certainly not 'Sweet', so did you want I should remain nameless? I didn't, so I gave 'Yantoosh', is anything wrong? After all I think everyone will agree that that's exactly what I am, no?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 00:17 לינק ישיר 

היינט צופרי, 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' שלעפט זיך אזוי אנגעפעלצטערהייט, שפאנענדיג זיינע טריט צו זיין באליבטע קרעטשמע. ווי ערשטוינט איז חיים חייקל געווארן, ווען ביים אריינגאנג פון די קרעטשמע האט ער זיך באגעגנט מיט א פריש רויט טיש'ל, וועלכער איז פאר אים – ווי פאר אלע באזוכער אין קרעטשמע – ווי א צייכן אז עס ווירבלט אין די קרעטשמע עפעס פרישע פרייליכע געשפרעכן.

חיים חייקל מאכט זיך באקוועם, ציט אראפ זיין אויבער ראק, פארבעט פונעם קרעטשמער א גלעזל שנאפס זיך צו דערווארעמען, און מאכט זיינע טריט צו נייעם רויטן פארצייכנטן טישל.

ווי איבעראשט איז ער געווארן ווען ער מערקט אז דער אלטער ארענדער זיצט דארט און טיילט מיט פאר אלע צוהערערס זיינע געדאנקען, ווען דערביי שטעלט ער אויך פאָר פאַר אלע צוהערער א בילד פון א היינטיגע אידישע שמחה. זיין איבעראשונג שטייגט נאך מער, ווען ער זעט ווי אלע שאקלען צו מיט מיטן קאפ און זאגן יא... יא...
עס דערמאנט חיים חייקלען פון זיינע זיסע חדר יארן אין דארף, ווי דער אלטער ר' כאצקל-מלמד זאל זיך מיען – זאל ער זיין א גוטער בעטער – פלעגט פרעגן פאר די קינדער יעדן פרייטאג: קינדער, וועט איר זיין גוטע קינדער דעם שבת?, און אלע ווי איינס האבן אויפאמאל אויסגעשריגן הויך: יא! יא!. דער אלטער ר' כאצקל פלעגט אזוי זיצן און זיך אונטער שמייכלן, ווי די זיסע 'שעפעלעך'... זענען אלע אזוי מסכים צו זיין פראגע, איי ווי זיס ס'געווען...

חיים חייקל זיצט זיך אזוי געמיטליך, הערט זיך איין צו די גאנצע שילדערונג ביז אויס, און דערביי נעמט ער אויך זיין שטעלונג:
הערט וואס כ'על אייך זאגן. איך האב אמאל געפרעגט דעם אלטן ר' זלמן יונה'ן, צו לאנגע יארן, וועלכער וואוינט יענעם עק דארף, ביי א חתונה פון זיינס אן אור אייניקל: זאגט נאר ר' זלמן יונה, ווי שפירט איר אייך ווען איר קומט צו אייערס אן אור-אייניקל'ס א שמחה?. זאגט ער מיר, וואס הייסט ווי אזוי איך שפיר זיך? ב"ה זייער גוט. זאג איך אים, כ'פארשטיי, כ'מיין נישט וויאזוי איר שפירט אין געזונט, כ'מיין צו פרעגן אין אייערע געדאנקען?

זאגט ער מיר: הער, דער פון אויבן זאל העלפן זאלסט דערלעבן מיינע יארן וועסטו פארשטיין וואס איך וועל דיר אצינד זאגן. נו? וואס?. זאגט מיר ר' זלמן יונה: יונגערמאן יעדעס מאל ווען איך טאנץ ביי אן אייניקל'ס/אור אייניקלס חתונה איז ביי מיר א פרישע 'פריוואטע' סעודת הודאה, פריוואט מיין איך פריוואט צווישן מיר און ג-ט, איך דאנק דעם פון אויבן אז איך האב די זכי' צו פירן אונטער די חופה נאך א סאלדאט פארן באשעפער, וועלכער גייט בעז"ה אויפשטעלן א פרישער ארמיי אים צו דינען.

נו טאקע! - זאג איך אים - איך בין דאך געקומען צו אייער סעודת הודאה, זיך מיטפרייען אייך.

זאגט ער מיר, טאקע א שיינע זאך, איך פריי מיך זייער שטארק איר זענט געקומען, ישר כח. אבער פארשטיי גוט, די שמחה זעלבסט איז ביי מיר אינערלעך, דאס איז מיין פרייד, און אז איר זענט געקומען זיך באמת מיטפרייען מיט מיר איז דאס נאר אזא הוספה צו מיין אינערליכע שמחה.

וואס הייסט? - פרעג איך אים - איר פרייט זיך נישט באמת זיך צו טרעפן מיט אייערע קינדער, אייניקליך, אור אייניקליך, גוטע פריינד?

יא, יא, אודאי פריי איך מיך - זאגט מיר דער אלטער ר' זלמן יונה - אבער פארשטייט גוט, איך פריי זיך אפשר טאקע צו זיי, אבער די אלע קינדער און אייניקליך וואס זיי קומען דא צו די שמחה פרייען זיך אבער נישט ריכטיג מיט מיר, און אין זייער בעסטן ווילן וועלן זיי זיך נישט קענען באמת מיטפרייען מיט מיר, ווייל זיי פארשטייען נישט מיין פערזענליכע פרייד צו וואס איך בין אצינד זוכה, און איך פארלאנג דאס אפי' נישט פון זיי, ווייל ס'איז נישטאמאל מעגליך אז זיי זאלן מיך פארשטיין. יא – פארענדיגט ר' זלמן יונה - זאל זיי דער פון אויבן באשערן צו לאנגע געזונטע יארן, זיי זאלן אויך זוכה זיין צו מיין עלטער, דעמאלט האף זיי וועלן מיך פארשטיין, זיי וועלן זיך דאן דערמאנען וואס דער אלטער זיידע פלעגט אלעמאל זאגן ביי די שמחות פון די אייניקליך...

וואס הייסט? וואס הייסט? - הערט זיך דער איינגעהאלטענער שטימע פונעם אלטן ארענדער - חיים חייקל, ביסטו מיר געקומען דא קריטיקירן?

חיים חייקל מערקט ווי דער אלטער ארענדער פארהאלט זיך, נישט אויסצוגיסן זיין צארן אויף אים, און פארענדיגט:

ניין!, ניין!, פארוואס עפעס זאלט איר פארדאכטיגן חיים חייקלען אויף אזעלעכיגעס? ער איז דאך אלעמאל דער פרייליכער, נאכגעביגער, און וואס נישט...
כאפט נישט, האלט, האלט, לאזט מיר פארענדיגן מיין שטעלונג.

נו, נו, זאגט וואס איר האט צו זאגן.
חיים חייקל זעצט פאר. ריכטיג, ריכטיג, גוט האט געזאגט אונזער אלטער ארענדער!
און דערביי שטרעקט ער א האנט פארן ארענדער אלץ צייכן פון צושטימונג.



אט טאקע אזוי, עס פארגייט דער אפעטיט פון אנטייל נעמען ביי די אלע חתונות, ווייל עס איז גענוי ווי איר שילדערט!

פארט אבער טראכט חיים חייקל, אז לויט ווי ער האט געהערט פון אלטן ר' זלמן יונה'ן, האט דער אלטער ארענדער עטוואס געגרייזט אין זיין טערע... טארע... טערטרטאיע... (אנטשולדיגט חיים חייקל ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי מ'זאגט דאס. אין דארף האט ער נישט געהערט דעם אויסדריק).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 23:05 לינק ישיר 

קרעמער נאדיר 20 גרינע פון ביידע הענט

און איצט צום ענין, די פראבלעם פון חתונות איז זייער ווייטאגליך, יאך כשלעצמי האבע טאקע מטעמים הכתובים אויפגעהערט צו גיין אפט צו די ערשטע קוזינ'ס חתונות, און וואו אויך סיז נישט דא פיל, סיז טאקע געווען א שטיקל שערורי' אבער סיהאט זיך אפגעשטילט, חוץ פארשטייט זיך אויב מ'זאגט מיר צו אז יאך וועל ליינען די כתובה, ווי עס פאסט זיך פאר א דאיען.

אין מיינע נישט גוטע צייטן ווען יאך בין מחויב געווען צו גיין צו די אלע קרובים חתונות, פלעג איך טאקע אזוי ווי קרעמער זיך גלייך וואשען, און וואו פארשטייט זיך אז גלייך איז מיט אלע קאזינס און ברודערס פיל געווארן די טיש, יאך פלעג פרובירן זיך זעצן ביי א טיש פון די אנדערע צד, אבער דאס האט אפגעקאסט אפאר אויגן פון אלע צדדים, סאומטיימס פלעג איך גאר זיצן ביי די פירות טיש, און דאן איז דער מחותן און צומאל מיין טאטע צוגעקומען צו מיר, עה פאסט נישט, יאך האבע געפענט אויגן און געטאנעט איך עס אלעס וואס מ'טיילט אויף די אנדערע טישן, און אנדערע פאלן פלעג איך זיך ארויסדערזעהן כאפן א ציגרעטל, און געוויסע צייטן האט דאס געמיינט אז איך בענטש בעפאר, און יאך נעם מיין קאר אהיים, אבער סיז געווען צייטן וואס איך בין יא צוריק אריין, למשל אויב האב איך זיך גוט געקענט מיט דעם חתן וכדו', אבער אין דזשענעראל, פלעג איך דאס קוים אדורכטראגן.

יאך מיין איר ברויכט דאך צו פארשטיין איך בין דער דאיען, און די גאנצע מישפאחע איינערקענט דאס, און שאלעס איז דא לעראוו, סאו דאס איז פאר מיר א פעין אין די נעק, אבער ווי אויבנדערמאנט, איז דאס געווען, שוין היינט נישט, איך גיי נישט מער צו קיין חתונות כמעט, חוץ אויב סיז אין שטאט, דאן גיי איך צו צומאל פאר א 10 מינוט.

האטמיר און זייט מיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2005 15:28 לינק ישיר 

קרעמער ס'קומט דיר א 10נער .

זייער גוט ארויסגעברענגט וואס איך טראכט שוין לאנג.

גראדע היינט נאכט האב איך א חתונה פון א פירסט קאזן, דא אין ירושלים ענדיגט מען חתונת צ'יק צ'ק.

שטעלט אייך פאר די חופה היינט איז 4 איזייגער נאכמיטאג.

צווייטע קאזנס קומען שוין כמעט נישט צו חתונת ביי די ירושלמי פיפל, מיין שוואגער זאגט מיר ער גייט 10 אזייגער ווייל ער דארף בעיביסיטן, האב איך געזאגט איך וועל גיין ארום 8טע ביז ארום 10נע ס'איז גענוג, ניין? זאגט ער יא "איבער גענונג" :)

אין אמעריקא גייען אפי' מחותנים מיט א שטריימל, דא? אךך וואס עפעס?

שוין העיקר זאל זיין שמחות וואסא חילוק וואס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/12/2005 08:06 לינק ישיר 

I don't say much here as you all probably noticed, although I do always listen in. But the thing is, is that right now I'm bored. I had a tad too many coffees earlier, and its having a rather irritable effect on me. I'm thinking maybe if I write some, I'll tune back into normal mode

In all honesty, I should be at my first cousins chasinah at this given moment. I didn't go. But if I did however, decide to go, and dared to bring along even so much as a pocket size memo-pad with one of those really micro tiny key-chain pens, you know, one of those that would be hard to notice, and made an ultra-smooth attempt to write, all in a peaceful manner of course…believe me, somewhere around my second sentence, I would be very close to anything that resembles dead meat. How do you get to be so lucky Kramer?

Mr Kramer, your article is GR8! I laughed for a long time. I'm beginning to think that you made it all worth not going to the chasinah tonight. (Considering that I delete the horrific mental scenes of mein babbe and mein elter feter and the rest of the extended family all teaming up to torture me to a state of unconsciousness for not being there. Its that kind of family.) Its funny though, how I never thought of chasinahs like this before. Most of us have about a million and a half relatives and out of all those, managing to attend only the immediate family chasinahs becomes more of a hassle than a pleasure…it's a harsh reality. Like you say yentash (what kind of name is that anyway?), the babysitter, the transportation…the this the that and the other



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 03:40 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קרעמער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 03:10 לינק ישיר 

קרעמער;

עי וואן! ס'איז מעידזשער!!!

אבער אויב דו האלטסט אז דו גאנצע חתונה'ריי איז נישט מער ווי אן אונטערגעשטעלטע סטראטעגיע מצד אונזערע באבעס און זיידעס וואס זיי האבן זיך דאס אויסגעטראכט זיצענדיג אויפן שיף אויפן וועג קיין אמעריקע נאכן קריג, ווער איך אביסל ברוגז אויף די אלטיטשקעס.

שיינע מעשה, די אלטע חברה ווייסן נישט פון קיין שום פרעשער. איינע פון די אייניקלעך אויף וועמען עס איז נעבעך אויסגעפאלן דער גורל מוז זיי אפירנעמען צום זאל אום פיר נאכמיטאג גלייך נאכן מיטן-טאג'יקן דרימל. אין זאל סערווירט מען זיי פון די ערשטע אזוי ארום אז ווען דאס עסן דערגרייכט זייער ארט איז די פיש נאכנישט טרוקן, די פלייש איז נאכנישט קאלט, די לאקשן איז נאכנישט הארט ביי די זייטן, און די געקאכטע וועדזשעטעבלס זענען נאכנישט אויסגעגאסן.

ביים טאנצן זענען זיי די ערשטע, און דערנאך זיצן זיי אויפן אויבן אן ווייט פון די רוישיגע שרייענדע ספיקערס און שמייכלען מיטן איינגעבויגענעם שמייכל קלאפענדיג מיט די ציטערדיגע האנט צום טאקט פון יאמאמיי.

ביי מצוה טאנץ זענען זיי דאך סייווי די ערשטע, און אויב ווילן זיי אוועקגיין זאגן זיי אז זיי זענען שוואך און זיי באקומען נאך א שמש זיי אהיימצוטראגן.

ווידעראום איך, וואספארא סערוויס באקום איך ביי די חתונות?! קיין קאר סערוויס, קיין בעיבי סיטער, קיין עסן, קיין מנוחה, קיין רואיגקייט, וואס יא??!!!!....

זאלן זיי נעקסטיים מאכן בעסערע סטראטעגיעס...... סייווי האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, וויל מ'שטיינס געזאגט איך בין טויט גוט מיט מיין קאזין דער סרוך וואס קריכט מיר אויף די נערוון בלויז ווייל אלס אינגל בין איך מיט אים געווען צוזאמען אויף שבת ביי די באבען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 02:09 לינק ישיר 

ר' קרעמער, ווי תמיד, עס קומט דיר א 5 סטאר !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2005 01:45 לינק ישיר 

קרעמער; געוואלדיג! ס'איז מורא'דיג! A-1!, איך קען נאכנישט סטאפן צו לאכן.

לאמיך דיר נאר פרעגן איין זאך, ביסטו אפשר א קרוב מיט בונם דער שמויגער, איך זעה אז ביי דיין משפחה גייט מען אויך מיט א היט ביי א חתונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > .......די נייע "חתונה טעאריע".......
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext