היינט אין מקוה
אזוי ווי היינט האב איך נאך געוואלט אריין כאפען א שאויער פארן גיין אין מקוה, בין איך אויפגעשטאנען מיט א 10 מינוט פריער כדי דאס זאל נישט שטערן דאס דאווענען, איך לויף מיר אריין אין מקוה איך טיה מיר שנעל אויס די בגדים, אין איך לויף מיר אריין אין שאויער מיט איין אימפעט.
איך צינד אן דעם שאויער אין גארנישט, נישט קיין הייס וואסער נישט קיין קאלט וואסער, איך דריי מיר אהער אין אהין, און עס קומט נישט קיין וואסער.
איך רייס אריין אינעם נעקסטן שויער, מיט די האפענונג אז דארט וועט יא זיין עפעס וואסער, אבער וואונדער איבער וואונדער נישטא קיין וואסער! וואס וועט דא זיין ?
איך דערזעה ווי די לעצטע שאויער האט יא וואסער, ווארט איך יענער זאל ארויסגיין, און איך גיי אריין אינעם לעצטן שאויער, און ווידער די זעלבע.......
יא, וואס איז? גארנישט! איך וויל דיר עפעס זאגן שטילערהייט. זיי נישט ברוגז רוימט ער מיר אריין אין אויער, אבער די האסט דאך אן דיין היט!...
אינטרעסאנט, איך האב געשפירט שטיינער אין זעצעס אויף מיין קאפ!
|
|