בית פורומים היימישע קרעטשמע

רויטע אשכולות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2005 21:40 לינק ישיר 
רויטע אשכולות

איך קום אריין אין קרעטשמע מיך אביסל אפריען פון די ארבעט און באמפ פיר רוטע שטרענגע אשכולות שטייען ביים טויער.

צו וואס דארף דאס אזוי זיין? אזויפיל רויטע אשכולות? עס ווערט שוין באלד אזוי ווי די טיטלען וואס לויפט ארום און ווער עס וויל נעמט וועלעכע טיטל ער וויל.

אפשר קען מען מאכן איין רויטע אשכול, און דארט אריין לייגן לינקס צו די אשכולות וואס וואלטן געדארפט זיין רויט. אין די מנהלים וועלן עס פארשפארן, און ווען זיי וועלן וועלן עפעס צולייגן זאלן זיי עס עפענן, און דערנאך צוריק צומאכן.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/6/2006 03:43 לינק ישיר 

קרעמער,

איך מיין אז די זאלסט לייגן דיין חקירה און דעם אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/5/2006 16:29 לינק ישיר 

עס איז מיר בייגעפאלן א חקירה:

אי"ה מארגן איז דאך ערב שבועות ביי אידן, וויל איך וויסן אויב 3X0 וועט זיך מער פרייען מיט די הייליגע יום טוב, אדער - להבדיל - מיט דעם אז עס וועט אראפגיין איינס פון די רויטע אשכולות (די ספירה אשכול)?

איך האב שוין כמעט דעצידירט מיין מיינונג, אבער וואס האלט איר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/5/2006 20:23 לינק ישיר 

בפקודת הדאיען שליט"א ברענג איך ארויף דעם אשכול צום אויבן אהן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/3/2006 17:36 לינק ישיר 

וויפיל מאל זאגט שוין די בת קול יאנקעל צום 'דריטען' מאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 17:19 לינק ישיר 

סי פאני, פונקט היינט צופרי האב איך געהאט דעם זעלבען בת קול, "יאנקעל צום דריטען מאל, טראג מיר דעם טישטעך צום קלינער"
אויף דיין פראגע "ווען" האב איך שוין  גענטפערט יענע וואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 16:59 לינק ישיר 

נאטירלעך: אפשר זאגסטי אינז א צייט בערך ווען עס גייט פאסירען כדי דער סעילס מאן וואס באווייזט שוין צים דריטע מאל אין קרעטשמע זאל ציריקציען פין זיינע סטראשענונגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 05:34 לינק ישיר 

אלס שרייבער פון די הלכות פארשטיי איך גוט מיין קאלעגע נאטורליך, איר ווייסט נישט וואס דאס מיינט זיך אנגרייטן א מאמר, דאס נעמט צייט און כוח, ממילא וויל יאך דא אויסדרוקן מיין מיטגעפיל מיט נאטורליך, וואס יאך בין זיכער אז פונקט ווי מיר ווילן הנאה האבן, האט ער נאך אזא רצון אונז מהנה צו זיין, אלזא חזק ואמץ נאטורליך, ענד קיפ און גאונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2006 17:15 לינק ישיר 

נאטורליך, פארגעס נישט צו באשרייבן דיין חבר'ס קאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2006 03:42 לינק ישיר 

נאטורליך;

יאנאש האפט אז דיינע הבטחות זענען בעסער ווי דעם סוחר'ס......................

איך האף אז די נעמסט נישט אן די מוטשענישן אלס שלעכט פון אונזער זייט, עס איז פשוט אז דער עולם איז צמא לשמוע דבר נאטורליך ווי אין די גוטע צייטן, אונז וועלמער ווארטן ווי גוטע קינדער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2006 02:44 לינק ישיר 

אז די פרעגסט אזוי שיין וועל איך דיר ענטפערען.
שמעתי את נאקת ידידיי, איך שלוקערץ היבש ווען איך באקום אי-מעיל דורך די טעלעגראפישע דראטען פון מיינע פריינד איבער מיין אפוועזענהייט אין קרעטשמע לע"ע.

איך בין געווען דעם ווינטער אין לונדון אויף צוויי וואכען. א חודש דערויף אין מיאמי אויף 10 טאג. מיין בעה"ב האט געזעהן אז איך פיהר זיך אויף ביי אים ווי ביים טאטען אין וויין גארטען, האט ער מיך אריין גערופען און געבעטען איך זאל מיך באפלייסען מיט דער ארבייט און ווייניגער פארנומען זיין מיט שמועסען אויפ'ן טעלעפון אדער טייפען אויפ'ן אינטערנעט.
צו דער זעלבער צייט האב איך אנגעהויבען קומען צופרי מיט א חבר'ס קאר צו דער ארבייט אנשטאט דער טרעין. איז מיר אוועק געפאלען נאך א צייט פון טייפען.
אינדערהיים איבער די וואך, פרוביר איך צו זיין וואס ווייניגער ביים קאמפיוטער.  שבת בין איך זיך נוהג נישט צו עפענען דעם קאמפיוטער כל עיקר, אזוי האט זיך אויך געפירט מיין זיידע ע"ה נאך אין פולין.

אלזא מיינע ליבע פריינד, לאז איך אייך איבער מיט א הייסער הבטחה אז ווי נאר איך וועל זיך אביסעל צוזאם קלויבען וועל איך בלי"נ אייך פארציילען איבער לונדון, מיאמי, פורים אין נאך קרישקעלעך לארכה ולרחבה. איבער דאס נייע הייזקע וואס דער סוחר האט מבטיח געווען אז ער האט שוין באשטעלט די ציגעל און ליים פון טייוואן און תיקף דערנאך הייבט מען אן בויען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2006 23:11 לינק ישיר 

נאטורליך;

באמת, וואס גייט פאר, דער עולם שטייט און וויינט, און די מאכסט נאך חוזק?

ביי די וועי, יאנאש האט דיר פארשאפט די וואך נאך א חסיד, יאנאש'נס א חבר האט אים געבעטן עפעס גוטס פונעם אינטערנעץ, נא, וואס האט יאנאש געגעבן, פארשטייט זיך אז די בעסט אף די בעסט, ביידע טאגביכער, און געקאלט האט ער יאנאש'ן דעם אנדערן אינדערפרי, ווען קומט ארויס די נעקסטע פארזעצונג.

וואס זאל איך אים זאגן??????????? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 22:29 לינק ישיר 

3x0 ; איך וואלט אויך געוואלט פארן
איך פארנעם 5 זיצען מיט די משפחה
קענען מיר פארען מיט איין קאר אפשר?
שפארען א ביסעל געלט
איך צאל די toll



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2006 20:26 לינק ישיר 

לאז וויסען די סדר הבאסעס איך וויל זיך אויך באטייליגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2006 20:18 לינק ישיר 

salesman,

איך בין מיט דיר אלל דע וועי.

נאר איין זאך וויל איך דיר בעטן, מאך נישט די פראטעסט די קימענדיגע חול המועד, ווייל איך פלאן צי פארן צו ניאגרא פאלס, און איך וויל נישט פארפאסן די פראטעסט.
תוקן על ידי - 3x0 - 22/03/2006 20:28:13



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/3/2006 19:54 לינק ישיר 

וואו לאנג נאך וועט נאטירלעך טאג בוך רויט זיין אין נישט בלינקען קענסטי עס מאכען בלינקען הרי טוב
אבער טאמער ווילסטי עס זאל בלייבען מיט 7 תגיבות אויבען אן
וועל איך מאכען א פראטעסט העמער זעהן וויפיל מענטשען וועלען מיט קימען צים פראטעסט טאמער וועל איך האבען געניג מענטשען וועל איך אריינגעבען א פאטישען צי די מנהלים מען זאל עס פענטען גרין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רויטע אשכולות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext