שוין מיט אריבער א מאנאט בעפאר ניטל איז קרעמער ארויס געקומען מיט א מעלדונג איבער די 'גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע'.
למעשה איז ניטל אנגעקומען און אוועקגעגאנגען און גארנישט האט פאסירט.
ס'איז אריבער די רוימישע ניטל, די פראטעסטאנטישע ניטל, דער זעקסטער דער זיבעטער, און 'אין קול ואין עונה'...
אפשר האב איך עפעס פארפאסט דא?
נשלח ב-26/12/2005 19:49
rebmechel
ווען עס וואלט געהאט אן R רעיטינג וואלט גוט געווען... עס איז געווען UNRATED...
נשלח ב-26/12/2005 19:32
איבער לערנען ניטל:
איך וועל מיך נישט אריינלאזן דא אין די טיפע סוגיא וואס אסאך טינט זענען שוין פארגאסן געווארן דערויף. איך וויל נאר ארומרעדן איבער א צווייטע נושא:
לערנען חסידישע ספרים:
עס זענען דא מקומות וואס מ'לערנט דוקא יא אין חסידישע ספרים, וטעמם ונימוקם עמם:
ווי באוויסט איז איינע פון די עיקר דיפרענצן צווישן חסידים און נישט חסידים, בנוגע תורה. ד.ה. נישט חסידים האלטן אז דער עיקר פליכט אויף די דאזיגע וועלט איז די הייליגע תורה. א מענטש וואס זיצט און לערנט א גאנצן טאג איז א אדם השלם, ער טוט וואס פון אים פאדערט זיך.
חסידים האבן נישט אזוי געהאלטן. ביי חסידים ווייסט מען אז דער עיקר אויף די דאזיגע וועלט איז צוצוקומען צו שלימות דורך דביקות (איך וועל נישט מעריך זיין אין אזעלכע טיפע ענינים), און דביקות קען מען נאר צוקומען דורך לימוד התורה און קיום המצוות, אבער תורה אליין איז נישט קיין ציהל, נאר א מטרה צוצוקומען צו דעם ציהל.
דער א ספר "ניטל ומאורעותיו" האט מען גע'אסר'ט ווייל עס האט געהאט א R רעיטינג.
נשלח ב-26/12/2005 17:29
קנאי;
ווען דו ביסט פארטיג מיטן טעיפ, שיק עס מיר אריין - זיי מוחל - איך האב עס נאכנישט געהערט. יישר כח!
נשלח ב-26/12/2005 15:50
יישר כח קרעמער איך האב נאר געהערט א ביסל פינעם טעיפ אבער עס קיקט אויס אינטערעסאנט איך האב ליב זיין עריטאָט ביים אפאנגען
נשלח ב-26/12/2005 14:34
שייןהויך;
יישר כח פאר די נוצליכע ידיעות.
הגם איך האב געמיינט אז אין בעלזא האלט מען פונעם פינפטן אויפן זעקסטן אין יאנואר, איין נאכט בעפאר מיר האלטן.
נשלח ב-25/12/2005 19:40
א גרויסן יישר כח הרב קרעמער פאר די מראה מקומות.
איך וויל נאר צולייגן עטליכע באמערקונגען:
ווי באוויסט האט זיך געשאפן די צוויי ניטל'ן צוליב דעם וואס די קריסטן אין רוים האבן מחליט געווען צו ריקן דעם לוח פאראויס מיט אפאר טעג (מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט אין די פרטים פארוואס, עס איז צו א לאנגע שמועס).
די רוסישע 'פראטעסטאנטן' זענען געווען אפגעטיילט פון די קריסטן פון רוים. דערובער האבן זיי ממשיך געווען צו ציילן לויטן אלטן לוח.
דאס איז די מקור פון די צוויי ניטל'ן!
פארוואס האט מען אין געוויסע פלעצער געהאלטן דעם ערשטן, און אין אנדערע פלעצער דעם צווייטן?
אין די מקומות וואס די גוים פון יענע פלאץ זענען געווען קריסטן, האבן זיי געמאכט זייער 'חאגע' אין דעם צווייטן, ממילה האבן די אידן פון יענע פלאץ געהאלטן ניטל דעם צווייטן. משא"כ די פלעצער וואס די גוים זענען געווען פראטעסטאנטן, האט מען געמאכט 'חאגע' דעם ערשטן, ממילה האבן אויך אידן אין יענע פלאץ געהאלטן דעם ערשטן.
עס זענען געווען פלעצער ווי עס האבן געוואוינט גוים, סיי קריסטן, סיי פראטעסטאנטן. אין יענע מקומות האט מען געמאכט צוויי ניטל'עך.
ווען דער ליובאוויטשער רבי (מהריי"ץ) איז געקומען קיין אמעריקא האט ער געטוישט דעם ניטל, ווייל די גוים אין 'קראוינהייטס' האבן געהאלטן דעם 'חאגע' אנדערש ווי די גוים פון אוקריינא.
אין בעלזא האלט מען ניטל דעם 'דריטן', משום מעשה שהיה, די לעצטע יאר פון כ"ק מהר"א האט ער געזאגט פאר זיין משמש ר' שלום פויגל אז היינט איז ניטל. זינט דעמאלט האלטן בעלזער חסידים ניטל דעם דריטן.
אכטונג! אונזער פורום איז נקי מחשש פאליטיק, ביטע זיך האלטן צו די תקנות הפורום עס זענען דא וואס - אין געוויסע יארן - האלטן זיי דעם בעלזן ניטל, דאס ווענדט זיך אין די תקופה, אבער דאס איז שוין ווייטער א לאנגע שמועס, ואכמ"ל.
געוויסע פלעצער האלטן ניטל נאר אין חוץ-לארץ, אבער אין ארץ ישראל זענען די חיצונים נישט שולט. דער זעלבע ווערט געזאגט אויף מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבען.
מען קען אפשר זאגן א ריאה צו די אויבענדערמאנטע מנהג:
די ספרדים,און אזוי אויך אלע אנדערע פלעצער וואס די גוים פון דארט האבן נישט געהאלטן דעם 'חאגע', האבן די אידן פון דארט נישט געהאלטן ניטל. אויב אזוי איז ארץ ישראל נישט אנדערש.
תוקן על ידי - kraitchmer - 26/12/2005 14:28:19
נשלח ב-25/12/2005 18:56
קנאי;
ס'וואלט כדאי געווען אז דו זאלסט זיך איינהאנדלן די קאסעטעס פון הרב סיני מאלעוויצקי, וואו ער שילדערט אויף א מייסטערהאפטן אופן דעם גאנצן ניטל (איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער איך הער אז ער שילדערט זייער גוט דעם גאנצן עסק).
אויך איז דא א ספר "ניטל ומאורעותיו" (איך מיין אבער אז עס איז נישט דא צו באקומען).
נשלח ב-25/12/2005 18:38
איך בין א סאטמערער און ביי אינז מאכט מען ניטל דעם זעקסטער טאג אין יאנאווער און איך ווייס נישט פון קיין חוגא אין יענעם טאג מיין בעה''ב געבט מיר נישט off יענע טאג אפשר איז עס פשוט סאטמער אין מען דארף זיין פארקערט פין די גאנצע וועלט אדער מאכסט'ו פשוט א טעות