בית פורומים היימישע קרעטשמע

רעד וואס די ווייסט, אז נישט Shut up

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2005 19:40 לינק ישיר 
רעד וואס די ווייסט, אז נישט Shut up

ממש יעצט קום איך פון קאר ווי כ'האב אריינגעכאפט אביסעל פון ר' ברייען לעהרער אויף WNYC. די שמועס האט מיר דאסמאל געכאפט מער ווי אלעמאל, ווען כ'האב געהערט די אינטערוויו איז מיט Lindsay Moran. צוויי חדשים צוריק האב איך פערצופאל געליינט איר בוך: Blowing My Cover: My Life As a CIA Spy

דער בוך'ס נאמען איז אינטערעסאנטער פון איר תוכן. ס'איז מער איבער My Life ווי ס'איז איבער א CIA Spy, בעסיקלי א באשרייבונג פון איר טרענינג אין די סי. איי. עי, און וויאזוי זי האט אפגעלאכט פון אירע קאלעגאס און זייער קינדערישע רייץ צו זיין א שפיאן (און וואס טיט זיך מיט איר?...) ווי אויך א קליין ביסעל פון אירע לעבן אין די באלקאן לענדער, ווי זי איז געווען סאנציאנירט. בקיצור: ס'האט נישט וואס צו פארקויפן!

ווען זי האט געדינט אין די באלקאן לענדער (גריכלאנד, ארמעניע ועוד) איז עס געווען א הייסע געגענט פאר אמעריקע. ווער געדענקט די קאסאווא קריג? אבער צו איר אנטושונג האט זיך,נאך 911, די ציל פארקירעוועט קיין מיטל מזרח. און ווען זי האט מיטגעהאלטן די געשענישן אין נ.י. און אין וואשינגטאן (דורך איר פאמיליע, נישט פון לאנגלי...) האט זי תיכף פארשטיינען אז זי געפינט זיך אין די ראנג פלעיס... און פונדעם וועט זי קיין פרנסה נישט מאכן. (דאס שרייבט זי נישט, ס'איז בלויז "מיין" אבזערוואציע) כ'אטש זי שילדערט ווי זי האט גענישטערט פאר על קאידא שפורן אין ארמעניע.... אין זי זאגט אז אירע אויבערהארן האבן פארקוקט די אוצרות וואס זי "וואלט" ווען געקענט אנדעקן דארט... דאך איז איר קלאר געווארן, אז זי איז שוין נישט אין צענטער פון די שאוי.

נו? פארדעם זאל זי נישט ארויסגעבן א בוך?....


אין איר בוך זאגט זי אז זי איז אלעמאל געווען גענויגט צו לינקס. סאוי, די רעסעפי איז קלאר. א ליבעראלער געוועזענע שפיאן (קעיס אפיציר, פארדאן...) וואס איז געווען אומסוקסעספול אין איר קאריער שפינאזש קען פארט גרינג מאכן א קאריער אין זשורנאליזים, פארשטייט זיך אויב זי וועט אטאקירן די אדמיניסטראציע'ס פאליסיס. כ'אטש בלויז די לעצטע עטליכע זייטן רעדט זי פון איראק און וויאזוי זי האט קוראזשפול זיך ארויסגעצויגן פון די אגענטור, אבער אין איר אויפטריט האט זי מער גערעדט פון ענינים העומדים על הפרק.

זייענדיג זעלבסט גענויגט צו לינקס קען איך פארשטיין די טענות איבער אדמיניסטראציע'ס מאנעווערס בשייכות מיט די איראק מלחמה.איך האב אבער א פראבלעם מיט לינדזי אין ס'סאיז דאס זעלבע ווי מיין פראבלעם מיט די בוש אדמיניסטראציע. דהיינו: ס'איז אפשר ריכטיג וואס זי זאגסט, אבער צו דיין באדויערונג האסטו נישט די אינפארמאציע דאס אונטערצושטיצן.

בלויז ווייל זי האט געארבעט אין די סי. איי. עי. מאכט איר נישט אוטומאטיש אן עקספערט אויף די איראק'ע קעיס. אויב מיין זכרון דינט מיר, קומט די גאנצע אינפארמאציע אירע איבער איראק פון שמוסען וואז זי האט געכאפט מיט קאלעגאס איז די קאפיטיריע; שמועס'ן בשעת'ן זיפן פין א הייס גלעזעל מאכט איר פאר א גאר שוואכע מקור פאר קריטיק.

עמיצער וואס ליינט צייטונגן און האלט מיט וואס ס'טוט זיך אויף דער וועלט, וואלט געקענט אהערשטעלן אזוינע אבזערוואציעס איבער די איראקע טעמע וואס ווערט ברייט אויסגעקאכט אין די מידיא. זי האט גארנישט מחדש געווען מכח איר פערזענליכע לעבן אין די סי. איי. עי.

איך האלט אז אזוי אינטערוויו איז אן אנגריף אויף די אינטעלעקט פון די אודיענץ.


אנטשוליגט מיר מיין אידיש.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 03:06 לינק ישיר 

קוק נישט ווייטער פון איר נאמען, "מאראן"... וואס ברויכסטו מער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 03:01 לינק ישיר 

דער פראבלעם פון פלאפלען ווי א גאנצער מבין בלויז מכח א גזירה שוה... איז אן אלגעמיינער פראבלעם.

עס איז טייל מאל צו שטוינען, ווי מען הערט ווי מענטשן לאזן זיך הערן מיינונגען, קריטיקירן, אין געוויסע נושאים, ווען פון צווישן די שורות פון זייערע ווערטער איז צום דערקענען אז זייער גאנצער ידיעה אין די נושא איז נאר מכח א גזירה שוה... ווייל ער האט געהאט עפעס א עקספיריענסד אין עפעס ענדליכ'ס צו דעם...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2005 10:22 לינק ישיר 

קוקט אין שטוינט!

ווידיא: קריס מעטיוס רימט בוש אלץ העלד.

http://www.canofun.com/blog/videos/tweetybushrushmoredec1605.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2005 09:40 לינק ישיר 

איך האב גיהערט דעם זעלבן שאו. הגם דעם בוך האב איך נישט געליינט בין איך נאכן שאו געקומען צום זעלבען מסקנה.

דער שרייבערין איז אן אמעריקאנער אידיש קינד וואס ליידער ביי די סארט זייער גאנצע אידישקייט באשטייט אין ליגט אין זייער ליבראליזם. ווי דער ראביי האט יום כפור געדרשנט פון justice & equality אז דאס איז דער פליכט פון א איד בזמננו "תקון עולם" צו זעהן צו שטיצן די homeless אין נישט פארגעסן די ACLU אין נאך אזעליכע "אידישע" צוועקן.

די סי.איי.עי. איס פול מיט אזעליכע וואס זענען אריינגעקומן אדער זענען עלה לגדולה בשעת די קלינטאן יארן אין זיי שטופן א ליבראל אדזענדע. זייט פיטער גאס איז געווארן שעיף איז געווארן א מהפיכה אין די עידזענסי. אין אנהויב האבן די ווידערשפעניגער פראבירט צו באשמוצן פרעזידענט בוש מיט שעדליכע "ליקס" צו די פרערסע. שפעטער ווען ס'איז זיי נישט געלונגען אפצוהאלטן די איראק מלחמה האבן זיי זיך צוביסלעך אבגעפעקלט פון די סי.איי.עי. אין רעזיגנירט.

איצט האבן זיי זיך אלע פארשאפט אנגענטן אין סיינין בוק דיעלס אין גרויסן.

א נאטיץ צו אזעליכע געוועזענע סי.איי.עי. אנגענטן: (זיי דרייען זיך זיכער אין קרעטשמע) שרייבטס שוין וואס שנעלער די ביכער מען זאל נאך קענען פארקויפן אפאר בוקס איידער אמעריקע קומט צוריק פון איראק מיט א גענצליכן זיג אין די בוקס וועלען נאר גיין אלץ אנדענק פאר א פלעדז פון $50 אויף ענ.פי.אר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 20:03 לינק ישיר 

די בוך

http://www.penguinputnam.com/nf/Book/BookDisplay/0,,0_0399152393,00.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רעד וואס די ווייסט, אז נישט Shut up
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext